top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ובכן לך הכל יכתירו • הרבנים בני כ"ק האדמו"ר מראחמיסטריווקא זצוק"ל אויפגענימען בכתר האדמור"ות

דאנערשטאג פ' שופטים - ל' אב תשפ"ג | בחצרות הקודש

בילד קרעדיט: בחדרי חרדים

שטייענדיג נאך די מסע הלוויה פון כ"ק מרן אדמו"ר הרה"ק מראחמיסטריווקא זכותו יגן עלינו, טוען חסידי ראחמיסטריווקא אריינקוקן און זיך טרייסטן אין די לעכטיגע המשכה וואס דער רבי זכר צדיק לברכה לאזט איבער נאך זיך, גאר חשובע קינדער בנין וחתנין רבנן, די קינדער ממשיכי דרכו בקודש וואס זענען אויפגענומען געווארן ביי די מסע הלוויה דורך שאר בשרם כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א מארץ הקודש, למלא מקום אביהם באדמורו"ת, און ווייטער משפיע זיין פארן דור תורה וחסידות, און פועל'ן ישועות פאר אידישע קינדער.


בנו הגדול פונעם רבי'ן כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא הרב הצדיק ר' דוד משה טווערסקי שליט"א, וועלכער איז אצינד אין די הויכע זעכציגער יארן, איז אן איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מדאמבראווא זצ"ל, און א שוואגער מיט כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א. דער רבי שליט"א איז אויפגעוואקסן אין זיינע יונגע יארן אין סקווירא שטעטל, בצל הקודש פונעם זיידן הרה"ק מסקווירא זי"ע, אלס בחור האט דער רבי געלערנט אין די ישיבה אין סקווירא, וואו ער איז געווען באקאנט מיט זיין התמדת התורה און בקיאות.


אלע יארן איז דער רבי שליט"א געשטאנען לימין קדשו פון זיין גרויסן פאטער דער רבי זצ"ל, ארויסגעהאלפן די הנהגה און די כיבודים, זייענדיג א ריכטיגע יד ימינו. אצינד וועט דער רבי ממשיך זיין די הייליגע מלוכה, און ווייטער אנפירן די בית המדרש, קהילה, מוסדות הקדושים, די ישיבות הקדושות דחסידי ראחמיסטריווקא, וואס ווערט געפירט דורך בנו בכורו הגה"צ ר' מרדכי פנחס טווערסקי שליט"א ראש ישיבת ראחמיסטריווקא.


דעם רבינ'ס זון כ"ק אדמו"ר הרב הצדיק ר' ישכר דוב טווערסקי שליט"א, אן איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מסטרעליסק שליט"א, איז אלע יארן געשטאנען צוהילף לימין קדשו פון זיין גרויסן פאטער, און געווען א פערזענליכע שליח צו פילע אסיפות און מעמדי קודש און פארשידענע שליחות'ן וואס דער רבי האט אים פארטרויעט. די לעצטע פאר יאר טוט דער רבי שליט"א אנפירן דעם שיינעם בית המדרש און די מוסדות הקדושים דחסידי ראחמיסטריווקא אין שטאט לעיקוואד, און אצינד וועט דער רבי איבערנעמען דעם כתר ההנהגה, און ממשיך זיין די שלשלת הקודש ביד רמה


דעם רבינ'ס זון כ"ק אדמו"ר הרב הצדיק ר' אברהם יהושע העשיל טווערסקי שליט"א, איז אן איידעם ביים פעטער כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, דער רבי שליט"א וואוינט אין סקווירא שטעטל שטייענדיג לימין חותנו הגדול, ווי אויך טוט דער רבי מרביץ תורה זיין אלס ראש הכולל אין מאנסי, און טוט דערהייבן די אינגעלייט העכער און העכער. דער רבי שליט"א האט שוין עטליכע מאל געפראוועט שבתים פאר חסידי ראחמיסטריווקא, אריינגערעכנט א שיינע שבת בקרב חסידי ראחמיסטריווקא אין וויליאמסבורג, און אצינד ווערט דער רבי אויפגענומען אלס ממשיך שלשלת הקודש בדרך אבותיו הקדושים.


דעם רבינ'ס זון כ"ק אדמו"ר הרב הצדיק ר' ישעי' משולם זושא טווערסקי שליט"א, איז אן איידעם ביים פעטער כ"ק הגה"צ רבי אברהם דוב טווערסקי שליט"א אבד"ק ראחמיסטריווקא מאנסי, לעצט פארבליבענע ברודער פונעם רבי'ן זצ"ל. דער רבי שליט"א שטייט צוהילף פון די קהילה און מוסדות אין לינדען ניו דזשערזי, און דינט אלס מרביץ תורה און משפיע רוחני בישיבת עסק התורה ראחמיסטריווקא, און טוט דערהייבן די בחורי חמד נענטער צו ווערן צו תורה און עבודה. ווערט דער רבי שליט"א אויפגענומען אלס ממשיך שלשלת הקודש בדרך אבותיו הקדושים.


דעם רבינ'ס זון כ"ק אדמו"ר הרב הצדיק ר' יעקב יוסף טווערסקי שליט"א, אן איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל שליט"א, איז באקאנט מיט זיין גוט הארץ און ווארעמע געפיל צו יעדע איינציגע איד. דער רבי שליט"א פלעגט שטענדיג שטיין צוהילף פונעם טאטן דער רבי זצ"ל און געהאלפן די חסידים מיט וואס מעגליך. גאר שטארק איז געווען דעם רבינ'ס עסקנות צו העלפן אויפויען די בית הגדול והקדוש ביהמ"ד הגדול ראחמיסטריווקא אין בארא פארק, אויף וואס די הונדערטער חסידים טוען זיך ביז היינט באדאנקען פאר זיינע פילע לייסטונגען. אין די לעצטערע יארן האט דער רבי שליט"א זיך אריבערגעצויגן קיין לינדען ניו דזשערזי, און אצינד ווערט ער אויפגענומען אלס ממשיך שלשלת הקודש בדרך אבותיו הקדושים.


דעם רבינ'ס יונגסטע זון כ"ק אדמו"ר הרב הצדיק ר' מנחם נחום טווערסקי שליט"א, אן איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מקאלוב שליט"א, האט אין די לעצטערע יארן מייסד געווען די קהילה קדושה און ישוב פון חסידי ראחמיסטריווקא אין די אוק ען וויין געגנט אין לעיקוואד. דער רבי שליט"א איז באקאנט מיט זיין עסקנות לכל קדשי בית ישראל, און געשטאנען צו הילף אלע יארן ארויסצוהעלפן די חסידים אין אלע ענינים, כסדר געדינט אלס פערזענליכע שליח פונעם פאטער דער רבי זצ"ל, און געווען א מוליך ומביא פונעם רבינ'ס שטוב פאר די חסידים. אצינד ווערט דער רבי אויפגענומען אלס ממשיך שלשלת הקודש בדרך אבותיו הקדושים.


דעם רבינ'ס אייניקל, הרב הצדיק ר' יעקב יוסף טווערסקי שליט"א בנו בכורו פון הרב הצדיק ר' מרדכי טווערסקי זצ"ל בנו בכורו פונעם רבי'ן זצ"ל, איז אן איידעם ביים פעטער הגה"צ אבד"ק ראחמיסטריווקא מאנסי שליט"א. ער דינט שוין פאר לאנגע יארן אלס א באקאנטער משפיע און מרביץ תורה אין פילע ישיבות אין מאנסי, וואו הונדערטער בחורי חמד קלאמערן זיך לאורו הגדול, זייענדיג א ריכטיגע דולה ומשקה און ידען נפלא בתורה וחסידות. אצינד ווערט ער אויפגענומען אלס ממשיך שלשלת הקודש, און וועט ווייטער שטיין לימין קדשו פון זיין שווער דער ראחמיסטריווקא רב שליט"א לשרת בקודש, אנצופירן די קהילה און מוסדות דחסידי ראחמיסטריווקא אין מאנסי.


כלל ישראל טוט וואונטשן די נייע מנהיגים מיט די ווארעמע ברכה וואס שטייט אין די וואכעדיגע סדרה, למען יאריך ימים על ממלכתו, הוא ובניו כל הימים, זיי זאלן קענען משפיע זיין מהוד תורתם וצדקתם אויף די חסידים ואנשי מעשה, און קענען פירן די עדות הקדושות עדי ביאת הגואל במהרה בימינו אמן.


דער וואך שבת שטייענדיג נאך אין די ימי השבעה וועלן די אדמור''ים שליט''א אריינקומען אין ביהמ''ד הגדול צו די תפילות אין טישן ברוב עם הדרת מלך, ווי מען וועט זיך פאראייניגן כאיש אחד ובלב אחד אין זיך מחזק זיין אין דעם שווערן זמן אין אין די זעלבדע צייט זיך מדבק זיין אין זיינע הייליגע דרכים.

Comments


bottom of page