מאנטאג פ' בהר • י"ב אייר תשפ"ד | בחצרות הקודש
נעכטן נאכט נאך תפלת מעריב און ספירת העומר אינעם מנין פון כ"ק אדמו"ר מבאיאן שליט"א זענען צוגעקומען צום רבי'ן צוויי היימישע באיאנער חסידים וואס האבן א שטעלע אין די מיליטער, איינע פון זיי אלס א רב, און דערציילט פארן רבי'ן די בשורה טובה אז ווי עס שיינט זענען עטליכע פון די גרויסע שונאי ישראל אין איראן, די פרעזידענט און די אויסערן מיניסטער, וואס האבן בלויז א קורצע צייט צוריק פרובירט צו אטאקירן אידן אין ארץ ישראל, אפגעשטארבן אין א העליקאפטער קראך, כן יאבדו כל אויביך ה'.
ווען די רבי שליט"א האט געהערט די בשורה טובה אז עס איז מקוים געווארן דעם 'נקום נקמת דם עבדיך השפוך' האט ער אנגעהויבן זינגען דעם ניגון 'וכל קרני רשעים אגדע' און זיך אנגעכאפט מיט די צוויי אידן און זיך ארויסגעלאזט אין א דערהויבענע ריקוד פון שירה והודאה פאר הקב"ה המצילנו מידם.
ווען דער איד האט שפעטער אנגעפרעגט דעם רבי'ן צו ער זאל קומען מיטהאלטן די באשיידענע מעמד ההדלקה דעם קומענדיגן מוצאי שבת אין מירון מיט זיין רשות כניסה מטעם די אינסטאנצן, דינענדיג אלס רב אין א מיליטער באזע אין צפון ארץ ישראל, האט די רבי געענפערט אז מען דארף נישט טוהן קיין שום השתדלות צו קענען זיין ל"ג בעומר אין מירון און ער זאל ענדעשער קומען מיטהאלטן די שבתא דריגלא מיטן גאנצן ציבור אינאיינעם דעם שבת ערב ל"ג בעומר אין עיה"ק ירושלים.
כֵּן יֹאבְדוּ כָל אוֹיְבֶיךָ יְהוָה