top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

טויש אין פלאן: האד' מוויזניץ וועט נישט אהיימקומען אויף יו"ט פסח מפאת חולשתו

עודכן: לפני 7 ימים

דינסטאג פ' צו • י' ניסן תשפ"ה | בחצרות הקודש

 

היינטיגן דינסטאג שבוע שחל בו פסח איז געמאלדן געווארן מטעם בית מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א, אז דער רבי וועט - אנדערש ווי געפלאנט - נישט אהיימקומען די וואך, און וועט פארבלייבן אויף יום טוב פסח אין לאס אנדזשעלעס, צוליב דער גרויסער שוואכקייט אין וועלכער דער רבי געפונט זיך אין די לעצטע טעג.


דער פלאן איז געוועהן אז דער רבי זאל מארגן מיטוואך אהיימפארן קיין ארץ ישראל, מיט א פריוואטער פליגער אין באגלייטונג פון א מעדיצינישע שטאב. די פלענער האבן זיך אבער געטוישט נעכטן מאנטאג נאכדעם וואס דער רבי איז אנגעשטעקט געווארן מיט א פרישע וויירוס, און די דאקטוירים האבן באשלאסן אז אזא לאנגע נסיעה איז א סכנה פארן רבין, און דער רבי וועט מוזן פארבלייבן אין לאס אנדזשעלעס.


די רבי שליט"א וועט אפרעכטן דעם יום טוב בבית האכסניא אין שטוב פון הנגיד הרב שמואל בנימין איינהארן הי"ו, און וועט פראווענען ביידע סדרים, כמעשה רב - ווי עס האט זיך נוהג געוועהן זקינו הרה"ק בעל אמרי חיים מוויזניץ זצוק"ל אין יאהר תשי"ד ווען ער האט געוויילט פסח אין אמעריקא, לויטן פסק הלכה וואס ער האט דאן ערהאלטן פונעם טשימפא רב זצ"ל, צו קענען אפרעכטן דעם סדר נאכט אום יום טוב שני של גליות.


דעם רבינס קינדער הרבנים הגאונים הצדיקים שליט"א וועלן מארגן ארויספארן קיין קאליפארניע צו וויילן אינאיינעם מיטן רבי'ן שליט"א איבער יום טוב.

2 comentários


שימי
08 de abr.

ירחם המרחם

Curtir

לייבי
08 de abr.

ס'איז נישט קיין 'טויש אין פלאן'. אין וויזניץ האט מען נאך נישט מודיע געווען אז די רבי קומט צוריק. ענק האבן געמוזט מודיע זיין פאר ווען וויזניץ האבן מודיע געוועזן, ממילא ביי ענק איז עס א 'טויש אין פלאן'. משא"כ אין וויזניץ.

Curtir
bottom of page