top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

רַחֲמָנָא דְעָנֵי לַעֲנִיֵי עֲנֵינָא • אלפי חסידי סקווירא פון אומעטום מיטגעהאלטן א' סליחות בצל הקודש

מאנטאג פ' האזינו א' • כ"ה אלול תשפ"ג | בחצרות הקודש


ווי אין אלע חסיד'ישע הויפן, איז עס אויך אין שיכון סקווירא, ווען דער טאג פון א' סליחות איז א זמן מיוחד וואס ברענגט צונויף טויזנטער און טויזנטער חסידים פון איבער גרעיטאר ניו יארק וואס פארזאמלען זיך תחת קורת גג אחד, נתעורר צו זיין ביים זאגן סליחות בצל הקודש פון כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, ווי יאהר יערליך האט געדינט אלס שליח ציבור הרה''צ רבי חיים מאיר טווערסקי בן זקונים פונעם רבי'ן שליט''א. נאך סליחות איז די רבי ארויף אויפן סטעידזש אין דער משמש בקודש הרב ביינוש אייזנבערג האט פארגעליינט די יערליכע הכרזת קודש לטובת דעם רבינס צדקה קאסע 'שקל הקודש' אין איבערגעגעבן די ברכת הקודש פאר אלע משתתפים, אזוי אויך האט ער דערמאנט לטובה די אומגלויבליכער דערכרייכונג פון צוואנציג פרישע בנינים וואס מען האט דאס יאהר באנייט אין די קהילות הקודש דחסידי סקווירא איבער די וועלט, אריינגערכענט בתי מדרשים מוסדות אין מקוואות אלס אדאנק די נדבת הלב פונעם היימישן ציבור.


דערנאך האט די רבי שליט"א כנהוג פארטיילט לקח פאר די טויזנטער חסידים אין יעדן געוואונטשן במאור פנים א כתיבה וחתימה טובה.


















Comments


bottom of page