מאנטאג פ' יתרו • י"ט שבט תשפ"ד | בחצרות הקודש
כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א וועט מארגן דינסטאג ארויספארן אויף א קורצע נסיעה קיין ניו יארק, צו מבקר חולה זיין ביים שווער הגה''צ גאב''ד סיגעיט שליט''א, וועלכער איז די לעצטע וואך צייט שפיטאלאזירט אין די מיימאנידיס שפיטאל אין בארא פארק צוליב א שווערע אינפעקציע.
בחסדי שמים איז פארהאן א שינוי לטובה אינעם מצב ביים רב שליט''א אין מען האפט אז די רבי זאל שוין קענען אהיימקומען פון שפיטאל אין די נאנטע טעג. דורכאויס די וואך וועט זיך די רבי שליט''א אויפטהאלטן בבית חותנו אין שטאט סיגעיט, אין קומענדיגער וואך וועט זיך די רבי צוריק קערן קיין ארצינו הקדושה. כלל ישראל איז ווייטער מתפלל לרפואתו השלימה פון מרן יקותיאל יהודה בן הענא זיסל לרפואה שלימה.
Comments