top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

וויז'ניצע חסידים בהכנה דרבה צום געהויבענעם שמחת נשואין בחצר הקודש | מודעות

דינסטאג פ' קרח • כ"ו סיון תשפ"ד | בחצרות הקודש‎

 

מיט געפילן פון שמחה דקדושה און התרוממות הנפש גרייטן זיך חסידי וויז'ניץ מיטצולעבן די גרויסע שמחת החתונה במעונו פונעם רועה נאמן כ"ק אדמו"ר מוויז'ניץ שליט"א, נאך א לענגערע תקופה וואס עס איז נישט געפראוועט געווארן א שמחה אינעם רבינ'ס הויף בחצר הקודש אין ארץ ישראל. בשעה טובה ומוצלחת וועט גיין אונטער די חופה הכלה תחי' אן אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מוויז'ניץ שליט"א, א טאכטער ביי בנו יחידו הרה"צ רבי חיים מאיר האגער שליט"א, איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מספינקא שליט"א, מיט די חתן א זון פון הגה"צ רבי חיים יוסף פריעדמאן שליט"א אבד"ק ברעזשאן, זון פון הגה"צ אבד"ק אולם שליט"א, און איידעם ביי הגה"צ אב"ד זאליזשא שליט"א.


די קייט פון די ימי השמחה וועט זיך אנהייבן דעם מיטוואך ווען די רבי שליט"א וועט אנקומען אין באגלייטונג פון הונדערטער חסידים אינאיינעם מיטן חתן און בני משפחת המלוכה אויף א תפילת רבים ביים שריד בית מקדשינו הכותל המערבי מתפלל צו זיין לקראת די ימי השמחה, דעם שבת קודש פרשת קרח וועט פארקומען די שבת עליה לתורה דורך די צד החתן אין עיה"ק ירושלים אין ביהמ"ד מתיבתא וואס איז סטאנציאנירט אין בנין ישיבת שומרי אמונים אין ירושלים, נאכגעפאלגט מיט די שמחת הפארשפיל מוצאי שבת, בצל הקודש פונעם זיידן די וויזניצער רבי שליט"א אין בני ברק.


אין לויף פון די טעג בעפאר די שמחה וועט מען ענטפאנגען מיט גרויס כבוד והערצה די חשובע זיידעס און מחותנים דעם רבינ'ס מחותן די זיידע מצד הכלה כ"ק אדמו"ר מספינקא שליט"א, די זיידע פון חתן הגה"צ אב"ד אולם שליט"א און זיין זון די מחותן הגה"צ אב"ד ברעזשאן שליט"א, מיט נאך פילע בני המשפחה און הונדערטער חסידים וועלכע וועלן קומען צופארן מריחוק מקום לשוש ולשמוח צו באשיינען די שמחה הגדולה.


זונטאג וועט פארקומען אין בית המדרש הגדול די ארימע חתונה נאכגעפאלגט מיטן שולחן הטהור לכבוד ראש חודש, און מאנטאג וועט פארקומען די שמחת החתן מאהל אינעם גרויסן ביהמ"ד. די שמחה הגדולה, דער שמחת החתונה וועט בעז"ה פארקומען דעם קומענדיגן דינסטאג פרשת קרח, די מעמד קבלת פנים קומט פאר אינעם בית מדרש הגדול מרכז חסידי וויז'ניץ אויף רח' שלמה המלך אין בני ברק, און די מעמד החופה ברחובה של עיר אויפן גרויסן באדן פארנט פונעם בית מדרש הגדול, די סעודת החתונה און די מצווה טאנץ וועט געפראוועט ווערן אינעם עיר התורה והחסידות אלעד, וואו עס איז ארויסגעדינגען געווארן די נייע גרויסע אודיטאריום 'היכל הכינוסים' אין שטאט כדי צו קענען אקאמאדירן דעם גאנצער ציבור החשוב זקנים עם נערים איש על מחנהו ואיש על דגלו, און יעדער זאל קענען מיטהאלטן די גאנצע חתונה כראוי וכיאות, אנגעהויבן ביים סעודה שתלמידי חכמים מסובים בה, און דערנאך די ריקודי קודש בלהבות אש, חסידים המקושרים לאילני דחיי וועלן הייבן אינאיינעם כאיש אחד ולב אחד בשבת אחים גם יחד, די שמחת החתונה פאר די פרויען וואס וועט פארקומען אין זאל היכלי מלכות אין בני ברק.


צומארגנס פון די חתונה וועט פארקומען די שבע ברכות אין בני ברק צוגעשטעלט דורך די זיידע כ"ק אדמו"ר מספינקא שליט"א, דאנערשטאג וועט פארקומען די שבע ברכות צוגעשטעלט דורך די וויזניצער קהילה אין ירושלים מיוחד פאר די חסידים און געסט וואס זענען געקומען צופארן מארצות הגולה מיטצוהאלטן די שמחה בבית צדיקים .דער שבת שבע ברכות וועט פארקומען במחיצת הקודש אין די וויזניצער הויף אין בני ברק, ווי אויף די שבת של שמחה איז ספעציעל ערוואטערט די השתתפות פון פילע געסט, קורבי המשפחה און שליחי הקודש פון די שוואגער'ס האדמורי"ם מסקווירא, בעלזא און סאטמאר, זונטאג וועט פארקומען די שבע ברכות דורך די צד החתן, מאנטאג פאר די הונדערטער תלמידי הישיבות הקדושות, און דינסטאג נאכמיטאג נאכמיטאג די לעצטע שבע ברכות נעילת ימי השמחה בקול צהלה ורינה אין היכל בית המדרש הגדול.






















bottom of page