דינסטאג פ' בחוקותי • כ' אייר תשפ"ד | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: דוד שדה
דעם זונטאג ל"ג בעומר איז כ"ק הגה"צ רבי איטשע מאיר מארגנשטערן שליט"א האדמו"ר מתורות חכם אנגעקומען קיין עיה"ק טבריה ווי ער האט זיך משתתף געווען ביים מעמד ההדלקה בחצר ביתו נאווה קודש פונעם מקובל הגה"צ רבי דוב קוק שליט"א אין דערנאך מיטגעהאלטן די סעודה במחיצתו פונעם מקובל.
שפעטער נאכמיטאג האט די רבי פוקד געווען די ציונים הקדושים פון די תנאים ואמוראים און די ציונים הק' תלמידי בעל שם טוב זיע"א אויפן איר אלטן בית החיים אין טבריה, א לענגערע וויילע האט ער מתפלל געווען ביים ציון המצינת פון הרה"ק רבי מענדעלע וויטעפסקער זיע"א ווי מען האט געזינגען די פזמונים און ניגוני ל"ג בעומר, שפעט באנאכט האט זיך די רבי צוריקגעקערט קיין עיר הקודש ירושלים צו תפילות מעריב בבית מדרשו נאכגעפאלגט מיט א קורצע טיש לכבוד היום.
Comments