זונטאג פ' כי תשא • ט' אדר תשפ"ה | בחצרות הקודש

מיט צער און טרויער האבן סקולענער חסידים היינט באגלייט למנוחות דער איש אמונו און חסיד נלהב פון צדיקי בית סקולען זצ"ל, הרה"ח הישיש עוסק בצרכי ציבור באמונה ר' אלי' דייטש ז"ל פיליעריגער געטרייער גבאי נאמן אין ביהמ"ד נצח ישראל וויליאמסבורג.
ר' אלי' איז געווען א דמות דיוקן פון אן אמת'ער געטרייער חסיד וואס האט זיך מתאבק געווען בעפר רגליהם הטהורים פון די שלשת הרועים צדיקי בית סקולען זצ"ל, אנקניפנדיג דעם התקשרות באילנא דחיי ביים נועם אליעזר זצ"ל נאך אין רומעניע, וואו ער האט אים נאך דארט געהאלפן מיט זיינע פעולות חובקות מקרב צו זיין אידישע קינדער לאביהם שבשמים.
שפעטער דאהי אין אמעריקע האט ער ווייטער ממשיך געווען זיין התקשרות בכל נימי נפשו, וכמים פנים אל פנים האט דער סקולענער רבי בעל נועם אליעזר אים שטארק מעריץ געווען און אים ממנה געווען אלס גבאי פון בית מדרשו אין וויליאמסבורג, אן עבודת הקודש וואס ער האט גענומען אויף זיך בנאמנות יתירה מאז ועד עתה, פאר אריבער "זעכציג יאר" כולן שוין לטובה.
נאכ'ן הסתלקות פונעם נועם אליעזר האט ר' אלי' זיך מקשר געווען אין ממלא מקומו, דער בעל מאור ישראל זצ"ל, ולא זז ידו מתוך ידו, און געשטאנען גרייט צו טון אלעס וואס דער רבי באפעלט כעבדא קמי' מרא, ובפרט אין די שיינע שבתים וימים טובים וואס דער רבי ז"ל האט געוויילט אין שטאט וויליאמסבורג, האט ער אלס גבאי פונעם ביהמ"ד זיכער געמאכט אז אלעס ווערט צוגעגרייט און צוגעשטעלט על צד היותר טוב.
שפעטער מיט'ן הסתלקות פונעם מאור ישראל, האט זיך ר' אלי' ווייטער מקשר געווען מיט ממלא מקומו דער בעל ישועת יעקב זצ"ל, וואס טראץ זייענדיג היבש עלטער פונעם רבי'ן ז"ל, האט ער זיך מכניע געווען מיט אן אויסטערלישע התבטלות והכנעה, וואס דאס האט ער אויך ממשיך געווען נאך יעצט נאכ'ן הסתלקות פונעם ישועת יעקב, ווען בניו ממשיכי דרכו בקודש, כ"ק האדמורי"ם מסקולען און ישועת יעקב סקולען שליט"א, האט מען נאך געהאט די זכי' אז דער זקן החסידים און גבאי נאמן ר' אלי' האט זיי מכתיר געווען בשם כל הקהל הקודש.
ר' אלי' האט מיט א געטריישאפט זיך אפגעגעבן מיט אלע צרכי ביהמ"ד, מיט א נאבעלקייט און צוגעלאזנקייט פאר אלע מתפללים און חסידים וואס זענען געקומען מסתופף זיין בצל קדשם פון די סקולענע רביים. ער איז אלע יארן געווען דער בעל תוקע בימי ראש השנה. ער האט ממשיך געווען מיט די עבוה"ק בשארית כוחותיו ביז צו די לעצטע צייטן, ווען ער איז שוין געווארן שטארק אפגעשוואכט, און דעם לעצטן פרייטאג האט ער מחזיר געווען נשמתו ליוצרו אין הויכן עלטער פון 96 יאר.
די לוי' איז ארויס פרייטאג ביים סקולענער ביהמ"ד אויף קיעפ סטריט, במקום אשר שימש בצרכי ציבור באמונה אזויפיל יאר, מ'האט געהערט די מילי דהספדא פון כ"ק אדמו"ר מישועת יעקב מסקולען שליט"א, הגה"צ רבי שמעון יואל וויינבערגער אבד"ק וויטקא, און דערנאך פון הרה"ח ר' שמשון פריעדמאן בשם הקהלה.
אבידה הוא שאין לה תמורה

Comments