זונטאג פ' כי תשא • ט' אדר תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילד קרעדיט: JDN
מיט פייערליכע שפאנונג רוישן זיך די פיבערהאפטיגע הכנות אין חצר הקודש סלאנים צו די זעלטענע חגיגה "הכנסת ספר תורה" וואס איז געשריבן געווארן בשותפות דורך כל קהלא קדישא חסידי סלאנים מכל קצוי תבל, לכבודו ולזכותו פונעם רועה נאמן כ"ק אדמו"ר מסלאנים שליט"א.
די ס"ת איז געשריבן געווארן דורך א סופר מומחה מחשובי חסידי סלאנים, כמעט צוויי יאר, ווען מ'האט מודיע געווען לכל עדת חסידי סלאנים איבער'ן גרויסן פריאעקט פון שרייבן א ס"ת לזכותו פונעם רבי'ן, און תיכף דערויף האבן זיך אלע סלאנימע חסידים זיך אנגעשלאסן צו האבן א חלק אין די נייע ספר תורה, און אין יעדע שטאט בכל מקומות מושבות חסידי סלאנים איז געשטעלט געווארן ממונים צו מזכה זיין דעם ציבור בשותפות הספר.
אצינד ווערן שוין געמאכט די פיבערהאפטיגע הכנות צום מעמד הנהדר וואס וועט פארקומען דעם קומענדיגן ח"י אדר, מאנטאג ויקהל. עס ווערט שוין אויפגעבויט א שאטער הגדול נעבן דעם סלאנימער ביהמ"ד אין ירושלים, וואו עס וועט פארקומען דער צענטראלע חגיגה און סעודה לכבודה של תורה.
די חגיגה וועט זיך אנהייבן מיט'ן מעמד סיום כתיבת האותיות אין היכל ביהמ"ד הגדול, וואו מ'וועט זוכה זיין מיטצולעבן די הייליגע מאמענטן ווען דער רבי שליט"א וועט אריינשרייבן די לעצטע אותיות און די תורה, און דאן וועלן די תומכים וואס האבן זיך משתתף געווען מיט גרעסערע סכומים קענען שרייבן אן אות.
שפעטער וועט די ס"ת ארויסגיין לרחובה של עיר באגלייט מיט תופים ומחולות און ריקודין עלאין דורכ'ן גאנצן ציבור אין שפיץ פונעם רבי'ן שליט"א, אויף די גאסן פון שפע חיים צאנז ביז'ן ביהמ"ד הגדול, און דארט וועט דער רבי מעריך זיין די ביהמ"ד עבודת הקודש פון הקפות און ריקודין קדישין. דער הויכפונקט וועט זיין דער מעמד "תובלנה", כנהוג אין סלאנים יעדן שמחת תורה, ווען דער רבי רעכט אפ די עבודת הקודש פון הכנסת הספר להיכל, ווען אלע זקני העדה שטייען אויסגע'שורה'ט מיט א ספר תורה.
דערנאך וועט זיין צוגעשטעלט די סעודה לכבודה של תורה אויף א באשיידענעם פארנעם פאר די משפחת המלוכה און בלויז געלאדענטע קרואי מועד, פאר די בעלי בתים און אברכים וועט זיין צוגעשטעלט די סעודה אינעם גרויסן שאטער, און פאר די בחורים און קינדער אינעם אולם הטישן.
Comments