top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

התרגשותדיגע שמחת ברית מילה פארן ערשט געבוירן זוהן פון הרב פנחס פערבער מנאמני בית האד' מבעלזא

זונטאג פ' כי תשא • ט' אדר תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: א.מ.ש.

 

א התרגשותדיגע שמחת ברית מילה איז פארגעקומען במעון קדשו פון כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א פארן ערשט געבוירן זוהן פון הרב פנחס פערבער הי"ו פון די נאמני הבית ביים בעלזער רב שליט"א, די ברית איז אפגעראכטן געווארן אינעם בית תפילה בביתו נאווה קודש פונעם בעלזא רב שליט"א וואו א שיינעם ציבןר ידידים האבן זיך באטייליגט ביים פריידיגע שמחה, ווען ר' פנחס האט אריינגענומען זיין אויסגעבעטענעם בן הבכור בבריתו של אברהם אבינו נאך אריבער צעהן יאהר פון די חתונה.


א נאכט בעפאר די ברית איז פארגעקומען די סעודת הוואך נאכט אין שטוב פון הנגיד ר' רפאל הערצאג הי''ו אין ירושלים מיט די השתתפות פון די זרע ברך השם אייניקלעך פונעם רב שליט"א.


דינסטאג איז פארגעקומען די שמחת הברית, וואו הרה"צ רבי אהרן מרדכי רוקח בנו יחידו פונעם רב שליט''א האט געדינט אלס קוואטער און מוהל, אלע אייניקלעך פונעם רב שליט"א האבן זיך באטייליגט ביים ברית, נכדו הגדול הרה"ג ר' שלום רוקח איז מכובד געווארן מיט כסא של אליהו.


כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א האט געדינט אלס סנדק, און האט אין א זעלטענעם ערשיינונג אויך געזאגט די ברכות און קריאת השם זייענדיג א יוצא מן הכלל, ויקרא שמו בישראל מרדכי נאך הרה"ק מבילגרייא זי"ע, נאכדעם וואס דער אבי הבן פארמאגט א ספעציעלן קשר צום בילגורייא רב, זייענדיג דער משמש לאנגע יאהרן פון מחברתו הטהורה, הרבנית מבילגרייא ע"ה אמה של מלכות פון כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א וועם ער האט געטריי באדינט דורכאויס די יאהרן.


עס האט נאכגעפלאגט די סעודת מצוה אין די עזרת נשים פונעם בית תפילה וואו עס האט באשיינט הרה"צ רבי אהרן מרדכי שליט''א און די בני משפחת המלוכה, ביים סעודה האט מען געהערט ווארימע דיבורים פון די ראשי המסובים הרה"צ רבי אהרן מרדכי שליט''א, הגאון רבי פנחס פרידמאן ראש ישיבת מבקשי השם, דער משפיע הרה"ג ר' יחיאל מאיר פאנעט רב ביהמ"ד בעלזא אין שיכון ה' בני ברק, און דער לעגענדארע משמש בקודש הרב שמעון וואלף קליין הי"ו.


Comments


bottom of page