דינסטאג פ' כי תשא • י''א אדר תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: יוסי לוי
אין די בארימטער ראחמיסטריווקא ישיבה גדולה אין ירושלים איז פאריגע וואך אפגעהאלטן געווארן די יערליכע מעמד כבוד התורה דורך חברת 'שימה בפיהם' וואס טוט מעודד זיין די בחורים זיך צו לאזן פארהערן אויף מסכתות הש"ס, נאכדעם וואס רוב רובן פון די תלמידי הישיבה האבן זיך פארהערט אויף גאנץ מסכת בבא בתרא אין די ראמען פון די סדרי הישיבה, לכבוד די חגיגה האט זיך כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א געוואשן צום סעודת מצווה און מיטגעהאלטן די גאנצע מעמד וואס איז געוועהן איין שטיק שמחה וחדוות התורה.
באלד נאך די סיומים האט דער רבי שליט"א געטרינקען לחיים, און משמיע געווען לענגערע דברות קודש קרוב צו אנדערטהאלבן שעה מתובל מיט אמרות טהורות און דברי הדרכה פאר די חשובע בחורים. עס האט נאכגעפאלגט מיט ריקודין נלהבין לכבוד התורה וואס האט אנגעהאלטן פאר גאר א לענגערע צייט.
פון די התרגשותדיגע מאמענטן ביים מעמד איז געוועהן ווען איינע פון די תלמידי הישיבה האט מסיים געוועהן גאנץ ש"ס. בנוכחתו פונעם רבי'ן שליט"א וועלכער האט ארויסגעוויזן גרויס הנאה וקורת רוח, און אנגעוואונטשן דעם בחור המסיים בברכת קדשו במעמד קהל ועדה.
צום שלוס פונעם מעמד האט דער רבי געבענטשט ברכת הזמון על הכוס און דערנאך איז פארגעקומען די מעמד חלוקת תעודות ווי דער רבי שליט"א האט פארטיילט די תעודות און פרסים פאר די בחורים און מרעיף געוועהן ווארימע ברכות פאר יעדער בחור באזונדער.



























































Comments