top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ומשפע מצוות תפילין: האד' מתולדות צבי דספינקא רעכט אפ הנחת תפילין פאר אייניקל אין ישיבה תורת צבי דספינקא

דאנערשטאג וירא • י"ג חשון תשפ"ה | בחצרות הקודש

 

די תלמידי הישיבה "תורת צבי דספינקא" האבן דעם פארגאנגענעם מאנטאג וירא זוכה געווען מיטצולעבן שעה'ן פון התרוממות הנפש בצל הקודש פונעם מייסד ונשיא הישיבה כ"ק אדמו"ר מתולדות צבי דספינקא שליט"א, וועלכער איז אריבערגעקומען אין ישיבה לרגל די שמחת הנחת תפילין פאר'ן אייניקל, בן בנו הרה"צ ר' הירצקא הורוויץ שליט"א.


מאנטאג צופרי איז דער ספינקער רבי אנגעקומען אינעם נייעם בנין הישיבה אין טשעסטער בגלילות קרית יואל, וואס איז בליץ שנעל אויפגעבויט געווארן לקראת דעם נייעם זמן החורף. צוערשט איז דער רבי ערשינען אין היכל הביהמ"ד, וואו עס זענען געווען פארזאמלט די תלמידי ישיבה קטנה און תלמידי ישיבה גדולה. מ'האט געזינגען ניגוני התעוררות, און דער רבי האט משמיע געווען דברות קודש בענין קדושת תפילין. דער בר מצוה בחור האט געזאגט דעם לשם יחוד, און דער רבי האט אויסגעטייטשט מלה במלה אויף אידיש. דער רבי האט תפילין געלייגט, און דערנאך האט זיך געשטעלט דאווענען מיט גרויס התלהבות.


נאכ'ן דאווענען האט דער רבי מעריך געווען א שלחן לחיים אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבות, מ'האט געזינגען ניגוני שמחה און דער רבי האט משמיע געווען דברות קודש בעניני בר מצוה, דער מצוה בחור האט געזאגט דאס פשט'ל, און די בחורים זענען אריבער פאר'ן רבי'ן וואונטשן לחיים און נעמען שריים.


נאך א קורצע הפסקה איז דער רבי אריינגעקומען אין היכל ביהמ"ד, און משמיע געווען די לענגערע דרשת "פתיחת הזמן", פלאם פייערדיגע הדרכות והתחזקות פאר די שנות הבחרות, נאכ'ן מאריך זיין אין דרוש ופלפול, איז דער רבי אריבער צום סדר היום א בחור, ווי אזוי ער דארף זיך פירן בדרך התורה והחסידות, און דערמאנט ווי אזוי בחור דארף זיך לייגן און אויפשטיין פרי, א קריאת שמע ליינען פון א בחור, וואס מ'קען זיך אויסבעטן שטייענדיג ביי די מזוזה, מקוה גיין, שמירת הזמנים, לימוד ספרים הקדושים פאר'ן דאווענען, תפלה בקול, תהילים נאכ'ן דאווענען, כיבוד אב ואם, אוועקשטיין פון טמא'נע כלים און זיין נזהר אין שמירת עינים, זיך האלטן דבוק אינעם טאטן הרה"ק מספינקא זי"ע און אזוי אויך אין הרה"ק מסאטמאר זי"ע, אין וועם דער טאטע ז"ל איז געווען אזוי אדוק ומקושר, און פילעווען אין זיינע הייליגע ספרים ויואל משה, און על הגאולה ועל התמורה, צו קענען שטיין קעגן די נסיונות הזמן.


דער רבי האט מסיים געווען מיט ברכת קדשו, און זיך דאן געזעגענט מיט די תלמידים החביבים.



• • •


bottom of page