top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מאסן אידן פייערן ז' אדר מיט תפילות און טענץ ביים ציון הק' אין אתרא קדישא מירון

זונטאג פ' כי תשא • ט' אדר תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: א. אייזנבאך

 

יאר יערליך אינעם טאג פון ז' אדר זעט זיך אן אן אומאויפערליכער שטראם פון פילע טויזנטער אידן צום אתרא קדישא מירון, וואו מאסן אידן קומען אן אין לויף פונעם גאנצן טאג צום ציון קודש הקדשים פונעם תנא אלוקי רבי שמעון בר יוחאי זי"ע, צו מתפלל זיין און אנהאלטן די יאר יערליכע טראדיציע פון פייערדיגע טענץ, לרגל דער יומא דהילולא פון משה רבינו ווען עס איז אן עת רצון און מען איז מרבה בתפילה אין דעם טאג.


אין די זעלבע צייט איז עס אויך אויסגענוצט געווארן די געלעגנהייט אפצורעכטן צענדליגער "חאלאקעס", פאר פילע קינדער וואס זענען לעצטנס געווארן דריי יאר אלט. שווער איז צו ארויסברענגען די געהויבנקייט און הייליגע הרגשים וואס האט זיך געשפירט ביי די מאסן אידן, יחד שבטי ישראל, וועלכע זענען ארויפגעקומען פוקד זיין דעם ציון קודש הקדשים, וואו עס האט געהערשט א חטיבה אחת פון עבודת ה' מיט סילודין פון התרוממות רוח ונפש, תפילות ובכיות, אינאיינעם מיט'ן נועם קדושת וסגולת המקום.


דער מורא'דיגער בילד האט אנגעהאלטן אין לויף פון דעם גאנצן טאג פון "ז' אדר", ביז אין די שפעטע נאכט שעה'ן, ווען עס איז אנגעצינדן געווארן דער גרויסער פייער, באגלייט מיט טענץ און מוזיק וואו מאסן אידן האבן געטאנצן אינאיינעם אן אויפהער און אינדערמיט די צענדליגער "חאלאקע" דריי יעריגע קינדערלעך מיט די בא'חנ'טע פרישע פיאות'לעך.


Comentarios


bottom of page