top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

בְּאָהֳלֵי צַדִּיקִים • פייערליכע שמחת נישואין אין הויפן פון בוהוש - לעלוב - ראחמיסטריווקא

דינסטאג פ' כי תשא • י''א אדר תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: משה גולדשטיין

 

מיט התרוממות הנפש וחדוה דקדושה איז געפראוועט געווארן די געהויבענע שמחת הנישואין אין די הויפן פון בוהוש - לעלוב - ראחמיסטריווקא, דער חתן א זון פון הגה"צ המשפיע ר' נחמן בידערמאן שליט"א מלעלוב, מיט די כלה א טאכטער פון הרה"צ ר' נחום דוד שטערן שליט"א, זון פון הגה"צ ר' יהושע מנחם שטערן שליט"א אבד"ק ראחמיסטריווקא בני ברק, און איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מבוהוש שליט"א, די חתונה איז געפראוועט געווארן בעיר התורה והחסידות בני ברק, במקהלות עם רב, חסידים ואנשי מעשה וועלכע האבן מיטגעלעבט לאנגע שעות של שמחה והתעלות.


די שמחה האט זיך אנגעפאנגען מיטן מעמד קבלת פנים ביי וועלכן מען האט א לענגערע צייט געזינגען ניגוני התעוררות און געהערט דברי כיבושין. ביים חופה איז דער פעטער כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א מכובד געווארן מיט סידור קידושין, מיט קריאת הכתובה איז מכובד געווארן הגה"צ רבי לייבוש טוביאס רב חסידי בוהוש, די ברכות זענען צוטיילט געווארן צווישן די פעטערס הגה"צ גאב"ד ביליץ שליט"א, הגה"צ רבי חיים יוסף בידערמאן אב"ד לעלוב, און הגה"צ רבי שלום סופר ראש כולל לעלוב, ברכה אחריתא די פעטער כ"ק אדמו"ר מוואסלוי שליט"א, נאכן חופה האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א מחול לצדיקים, און דערנאך איז די פעטער כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א געטאנצן מצווה טאנץ לפני הכלה אינעם חדר יחוד.


א קארצע צייט דערויף האט מען ענטפאנגען בשירה וזמרה די זיידעס און מחותנים האדמורי"ם והרבנים שליט"א, בשעת די שמחה האט דער מחותן הרה"צ רבי נחמן שליט"א מעודד געווען די ריקודין לאנגע שעות נאכאנאנד, געטאנצן לעבעדיג און דערהויבן דעם ציבור. עס איז געווען א מחזה הוד צו זעהן ווי פילע חסידים ומעריצים פון נאנט אין פון ווייט פרייען זיך מיט בשמחתו הגדולה פונעם משפיע מפורסם.


צווישן די פילע אדמורי"ם ורבנים וואס האבן באשיינט די שמחה האבן זיך אנגעזען האדמורי"ם מטשערנאביל, לעלוב, סאדיגורא, וואסלוי, לעלוב פון בני ברק, חוג חתם סופר, ביאלא רמת אהרן, קארלין לעלוב, הגה"צ רבי יחזקאל שרבא ברוך הלברשטאם אב"ד קרית צאנז נתני' און נאך.


נאכן בענטשן האט מען ממשיך געווען מיט די מצוה טאנץ, ווען בדחנא דמלכא ר' בן ציון טאבאק הי"ו האט אויפגערופן די זיידע הגה"צ אב"ד ראחמיסטריווקא בני ברק שליט"א, דערנאך מיט הארציגע דברי חרוזין די זיידע כ"ק אדמו"ר מבוהוש שליט"א, וועלכער האט אפגעראכטן די פלאם פייערדיגע ריקודי קודש פאר איבער א האלבע שעה למעלה מגדר אנושי כדרכו בקודש, דערנאך זענען געטאנצן די פעטערס הרבנים לבית לעלוב, און די פעטערס הרבנים לבית טשאבא.


 דאן האט מען צוגעטראטן צום מצוה טאנץ פון דער געהויבענער מחותן הגה"צ ר' נחמן שליט"א, איידער די מצוה טאנץ האט דער משפיע אויפגעטרעטן מיט פייערדיגע דברי התעוררות געפלאכטן מיט ווארימע ניגונים כהכנה דרבה, ארומרעדנדיג אויף די געוואלדיגע השפעות וואס מ'קען אצינד אויספועל'ן, און דברי הכנה שטייענדיג לקראת די ימי הפורים הממשמשים ובאים און דאן געטאנצן די ריקודין קדישין לפני הכלה בהתלהבות אש קודש, דערנאך מיט די חתן און מחותנים, א באזונדערע ריקוד מיט אחיו הגה"צ המשפיע רבי אלימלך בידערמאן שליט"א. דערנאך האט מען אויפגערופן די אבי הכלה און דער חתן לפני הכלה, עס איז שוין געווען 5:30 צופרי ווען דער ציבור האט פארלאזט די זאל נאך די געהויבענע חתונה, ברן יחד כוכבי בוקר.


Comments


bottom of page