מיטוואך פ' שמות • ט"ו טבת תשפ"ה | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: א. אייזנבאך
נעכטן מאנטאג איז פארגעקומען א רירנדע און געהויבענע מעמד בביתו נאווה קודש פונעם פאר הדור הגה"צ ר' יעקב מאיר שעכטער שליט"א צו די ערשיינונג פון א נייע ספר פון די הייליגע דיבורים פון ר' יעקב מאיר שליט"א בעניני קדושה ושובבי"ם.
די ספר אין די נייע סעריע פון ספרים אויף די ימים טובים וזמני השנה איז ארויסגעגעבן געווארן דורך מכון דורשי יחודך בראשות הרה"ג ר' אליעזר וואלדמאן שליט"א וואס געבט זיך אפ להשקות את הצמאים לדבר ה' פון די ריינע קוואל פון הרה''צ ר' יעקב מאיר שליט"א אויף זיין ארגינעלע גאלדענע שפראך, לשונו הטהור מילה במילה.
בעפאר די מעמד זענען חברי ועורכי המכון פון אמעריקא אריין בקודש פנימה מיט א פתקא דרחמי, ר' יעקב מאיר שליט"א האט זיי אויפגענומען מיט א מורא'דיגע שמחה און ווארמקייט, ער האט זיך באדאנקט פאר די חברי המכון און א לענגערע וויילע מעיין געוועהן אינעם נייעם ספר מיט גרויס קורת רוח.
א קורצע צייט דערויף איז פארגעקומען בביתו נאווה קודש א מסיבת לחיים רבתי לרגל דאס ערשיינונג פון די נייע הערליכע תורה מפוארה, בשעת די מעמד לחיים האט הגה"צ רבי יעקב מאיר שליט"א פארגעלערנט עטליכע מאמרים פונעם ספר פון אינעווייניג מיט א קענטיגע התרגשות, און דערנאך ווארעם געוואונטשן און באדאנקט די אלע עוסקים במלאכת הקודש, די אלע וואס העלפן ארויס און ארבעטן ארויסצוגעבן די ספרי מכון דורשי יחודך, והעומד בראשה הרה"ג ר' אליעזר וואלדמאן שליט"א.
ביים ענדע פונעם מעמד האט הגה"צ רבי יעקב מאיר שליט"א פארטיילט דעם נייעם ספר פאר אלע חברי המכון ועורכי הספר און מאציל געוועהן מברכת קדשו פאר יעדן באזונדער.
留言