top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מתולדות אהרן באזוכט ביים "לימוד כולל ליל שישי" לרגל ימי השובבי"ם אין ביהמ"ד הגדול תולדות אהרן

מיטוואך פ' משפטים • כ"א שבט תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שלום קרויס, JDN

 

דעם פארלאפענעם ליל שישי פרשת יתרו - קבלת התורה איז כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א ערשינען אין ביהמ"ד הגדול ביים "לימוד כולל ליל שישי" וואו דער רבי האט איינגעפירט יעדן ליל שישי אין די וואכן פון שובב"ים. דער רבי איז ארומגעגאנגען צווישן די טישן זיך אומקוקנדיג אויף די לומדים מיט גרויס הנאה וקורת רוח, וואו הונדערטער כולל אינגעלייט און בעלי בתים האבן איבערגעפילט דעם ביהמ"ד הגדול, און אלע אירע פליגלען, אין די פריע פארטאגס שעהן, און דערנאך אויסגעדרוקט זיין התפעלות פארן מנהל הכולל הר"ר שמעון קעללער הי"ו.



Comments


bottom of page