top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ובית פרמישלאן יוצאים 'ביד רמה' • מסע הקודש פון האד' מפרמישלאן צו די מקומות הקדושים אין אייראפע

דינסטאג פ' בהר בחקתי - י"ח אייר תשפ"ג | קול בחצרות


א געהויבענע מסע הקודש איז פארגעקומען דעם אנהייב וואך בחצר הקודש פרימישלאן, ווען כ"ק אדמו"ר מפרימישלאן שליט"א איז ארויסגעפארן קיין פוילין אינאיינעם מיט די נגידי ותומכי המוסדות, מתפלל צו זיין ביי די קברי צדיקים.


זונטאג נאכט האט מען זיך ארויסגעלאזט פון ארץ הקודש אויפן וועג קיין קראקא אין פוילין, אנקומענדיג קיין פוילין איז מען גלייך געפארן צום שטאט דינוב, דארט האט מען געדאווענט שחרית, און דערנאך פוקד געווען דעם ציון הק' פונעם הייליגן בני יששכר זי"ע. שפעטער איז מען אנגעקומען קיין לאנצוהט אויף א תפילת רבים ביים ציון הק' פון הרה"ק בעל זרע קודש מראפשיץ זי"ע.


אין די מיטאג שעה'ן איז מען אנגעקומען צום מחנה ההשמדה "בעלזעץ", וואו הונדערטער אידן זענען ליידער אומגעקומען על קידוש השם, הרב אברהם קריגער ראש מרכז עולמי שם עולם האט פארציילט רייכע היסטאריע פון דעם פלאץ, און מעלה געווען זכרונם פון די קדושי השואה, השם ינקום דמם. דערנאך האט דער חזן ר' אברהם ראטה פארגעזינגען "אב הרחמים" לזכר קהילות הקודש שמסרו נפשם על קדושת השם, אין באגלייטונג פון די פרימישלאנע קאפעליע אין שפיץ פונעם מחנך הרב יעקב יוסף גאנץ און הרב צבי ארי' אייזענבאך.


נאכמיטאג איז מען אנגעקומען קיין ליזענסק וואו מען האט צוערשט געדאווענט מנחה אינעם נייעם בנין הכנסת אורחים ר' אלימלך'ס הויף בנשיאות כ''ק האדמו''ר מליזענסק שליט''א, דערנאך איז מען ארויף צום ציון הק' פונעם הייליגן רבי'ן ר' אלימלך וואו כ"ק אדמו"ר מפרימישלאן שליט"א האט פארגעזאגט תהלים מיט גרויס התעוררות, און פארגעזינגען דעם ניגון פון הייליגן רבי'ן ר' אלימלך "אדרבה תן בלבנו".


אין די אווענט שעה'ן איז מען אנגעקומען קיין קראקא, וואו מען האט זיך געשטעלט דאווענען אינעם ארטיגן האטעל. נאך מעריב איז דער רבי צוגעגאנגען צום עמוד אויף ספירת העומר, און דערנאך מדליק געווען די מדורה לכבוד התנא האלקי רבי שמעון בר יוחאי. מען האט געזינגען ניגוני התעוררות און זיך ארויסגעלאזט אין פייערדיגע ריקודין לכבוד התנא האלקי.


נאכן הדלקה האט דער רבי שליט"א מעריך געווען שולחנו הטהור אין בית המדרש פון די האטעל, וואו דער רבי האט אויפגעטראטן מיט דברות קודש במשנתו של בעל ההילולא, און איבער די הייליגע רמ"א באתרא דמר, ביומא דהילולא קדישא דיליה. ביים מעמד איז אויך פארגעקומען א גורל פאר אלע תומכים פון מפעלי הקודש והחסד, צו ערהאלטן א זילבערנעם קריגל אויל וואס דער רבי האט גענוצט ביים הדלקה.


דינסטאג ל"ג בעומר אינדערפרי האט מען זיך געשטעלט דאווענען שחרית אין האטעל אין קראקא, דערנאך איז מען אריבער צום היסטארישן שוהל פון הייליגן רמ"א וואו דער רבי האט אנגעטון תפילין און געזאגט א תפילה חרישית. פון דארט איז מען ארויס צום אלטן בית החיים צו פוקד זיין דעם ציון הק' פונעם בעל ההילולא דער הייליגער רמ"א. אנקומענדיג אין בית עלמין האט זיך דער רבי געטראפן מיט כ"ק אדמו"ר מוויזניץ לאנדאן שליט"א, און געוואונטשן מ'זאל האבן אויסגעפועלט אלעס גוטס.


אין די מיטאג שעה'ן איז מען אנגעקומען צום לאגער זבליטובסקא וואו עס זענען אומגעקומען עק"ה ביים צווייטן וועלט קריג הונדערטער יונגע קינדער מיט אן אומבאשרייבליכע אכזריות. ה' ינקום דמם. הרב אברהם קריגער האט פארציילט האר אויפשטעלנדע געשיכטעס וואס האט דעמאלטס פאסירט אין דעם ארט מיט די קדושים, און מען האט געזינגען גאר הארציגע ניגוני גלות וגאולה.


דערנאך האט מען געזאגט אינאיינעם די תפילת השל"ה, און כ"ק אדמו"ר מפרימישלאן שליט"א האט אויפגעטרעטן מיט דברות קודש בעניני אמונה.


פון דארט איז מען געפארן צום שטאט לעלוב, אויף א תפילת רבים ביים ציון הק' פון הרה"ק ר' דוד'ל לעלובער זי"ע פון וועם דער רבי איז אן אייניקל, דער רבי האט געזאגט תורה און פארגעזאגט תהלים, און דערנאך איז דער גאנצער ציבור אריבער זיך געזעגענען ביים רבי'ן האבנדיג אויסגעפועל'ט אלעס גוטס.





















Comments


bottom of page