top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

העכסט געלונגענע דינער "מקראי קודש" לטובת די מוסדות אין סאטמאר'ס שטאט קרית יטב לב - בלומינגבערג

דינסטאג פ' תצוה • ד' אדר תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: י. שטיין

 

פארגאנגענעם מיטוואך אויפדערנאכט פרשת תרומה העעל"ט איז אפגעהאלטן געווארן אין קרית יטב לב די דינער השנתי "מקראי קודש" לטובת די מוסדות הקדושים אין סאטמאר'ס שטאט קרית יטב לב מיט אירע העכער 700 תלמידים ותלמידות קע"ה כ"י על דרך ישראל סבא.


דער מעמד איז פארגעקומען אין צוזאמענהאנג מיטן סעודת הילולא פון הגה"ק בעל קדושת יום טוב זי"ע, אין שפיץ פון נכדו כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א נשיא המוסדות. דער גאנצער שטאט האט זיך פארזאמלט, כולם נקבצו ובאו ביים גרויסארטיגן ליל המוסדות "מקראי קודש" פארן עתיד פון די אייגענע קינדער און די דורות הבאים.


אלס יושב ראש המעמד האט געדינט העסקן הרה"ח ר' יצחק אייזיק דאסקאל שליט"א, וועלכע האט אנגעפירט דעם מעמד בנועם שפתיו, אלס 'נואם הכבוד' האט אויפגעטרעטן הרב ר' משה קאהן שליט"א מו"ל ספר בצילא קדישא ועוד, וואס האט ארומגערעדט גאר אינטרעסטאנטע ידיעות און ענינים במשנתו פונעם בעל ההילולא, און היסטארישע קורות הדורות לבית סיגוט - סאטמאר.


דאן איז דער רבי שליט"א ערשינען אין זאל, זייענדיג די ערשטע מאורע ווי דער רבי שליט"א ערשיינט נאכן זיך צוריקקערן פון 'נאורט מיאמי' ווי דער רבי האט געוויילט די לעצטע דריי וואכן למנוחת הנפש, דער רבי האט זיך געוואשן צום סעודת הילולא, מסיים געווען ששה סדרי משנה, און געוואונטשן 'לחיים' לכל הקהל הקודש.


עס האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' יואל פאלקאוויטש הי"ו חבר וועד הנהלת המוסדות, ווי ער זיך שטארק באדאנקט פאר אלע תומכי המוסדות, און א עקסטערע דאנק פאר הרה"צ ר' אהרן טייטלבוים שליט"א וועלכע איז נושא בעול אויף אלע רוחניות'דיגע אנגעלגנהייטן אין שטאט בשליחות מר אביו הגדול דער רבי שליט"א. דערנאך איז געהערט געווארן די דרשה פונעם געטרייען מנהל המוסדות הרה"ח ר' עוזיאל פליישמאן הי"ו, ראש העיר.


דער משא המעמד איז געהערט געווארן דורך כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א נשיא המוסדות, אשר עינו ולבו כל הימים פאר די הצלחה פון די הייליגע מוסדות. דער רבי שליט"א האט מאריך געווען בדברי דרוש ואגדה ארויסהייבענדיג די געוואלדיגע זכי' פון החזקת המוסדות, ובפרט אין אזא הייליגע שטאט ווי מען איז אפגעזונדערט פון די דרויסענדיגע גאס און מען קען גרינגער מחנך זיין די קינדער לתורה ויראה טהורה. דערביי האט דער רבי שליט"א מאריך געווען מיט עובדות וסיפורים פונעם בעל ההילולא זי"ע וואס האט זיך פארצויגן ביז א שפעטע שעה קרוב לחצות הלילה.



Comments


bottom of page