מיטוואך פ' כי תשא • י''ב אדר תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אברומי בערגער, JDN
דעם זונטאג אויפדערנאכט איז כ"ק אדמו"ר מפאפא שליט"א אנגעקומען קיין בארא פארק וואו דער רבי האט באשיינט די מעמד קביעת מזוזות וחנוכת הבית פארן נייעם ביהמ"ד דחסידי פאפא אויף די צוויי און פערציגסטע גאס און די צוועלעווטע עוועניו, דער רבי האט קובע געוועהן א מזוזה ביים אריינגאנג צום ביהמ"ד און מכבד געוועהן בניו הרבנים הגאונים הצדיקים צו קובע זיין די איבעריגע מזוזות, דער רבי איז דאן אריין אין ביהמ"ד און באטראכט דעם פראכטפולן היכל און דאן אפגעראכטן א שולחן לחיים לכבוד המאורע וואו מען האט געזונגען ניגוני שמחה, און עס האט אויפגעטרעטן העסקן הרב יואל משה וועבער הי"ו.
דער רבי האט געטרינקען לחיים און אנגעוואונטשן די מתפללי ועסקני הביהמ"ד און דערנאך משמיע געוועהן דברות קודש און דברי הדרכה פאר די באי בית ה' אין דעם זמן גרמא ווען מען איז מחנך א נייעם שטיבל וואס וועט דינען אלס א בית מקדש מעט, נאך די דברות קודש האט דער רבי מכבד געוועהן בנו הגה"צ רבי לוי יצחק גרינוואלד דומ"ץ פאפא בארא פארק מיט א דרשה.



















Komentar