top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ערשטע בילדער: האד' מבאבוב באזוכט ביי האד' מפשעווארסק אין אנטווערפען

מאנטאג פ' פקודי • כ''ד אדר תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: מושי גולדשטיין און אברומי בערגער

 

היינט נאכמיטאג קורצליך נאכן לאנדען אויפן בעלגישער באדען איז כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א אנגעקומען אויף א ביקור נימוסין בביתו נאווה קודש פון כ''ק האדמו''ר מפעשווארסק שליט''א, זייענדיג איינע פון די מטרות פון די נסיעה, זיך צו טרעפן מיט ידידו וריעו מאז ומקדם דער פשעווארסקער רבי שליט"א.


דער רבי שליט"א האט מיט גרויס שמחה אויפגענומען דעם רב שליט"א, און עס האט זיך אנטוויקלט א שיינער שמועס קרוב צו א האלבע שעה, בסיפורי קודש פון צדיקי בית צאנז, שינאווא, ראפשיץ, מנהגי יום טוב פסח און נאך. דערביי האט דער באבובער רב איבערגעגעבן פארן רבי'ן די פינעף בענדער דברי שלמה על התורה, פון אביו הרה"ק רבי שלמה מבאבוב זי"ע. דער פשעווארסקער רבי שליט"א האט דערנאך מכבד געווען דעם רב שליט"א מיט כיבוד, און נאכ'ן זיך וואונטשן לחיים ארויסבאגלייט דעם רב שליט"א און די באגלייטער מיט גרויס כבוד און ידידות, ונפרדו לשלום.




Comments


bottom of page