top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

נאך 18 יאהר • האד' משומרי אמונים דערציילט פלא'דיגע סיפור איבער אפענע אויגן פון זיידן בעל 'חוקי חיים'

מונטאג פ' חקת בלק - ז' תמוז תשפ"ג | קול בחצרות


די געשפרעך פון טאג ביי חסידי שומרי אמונים, איז א הפלא'דיגער סיפור פון אפענע רוח הקודש וואס מ'האט באשיינפערליך געזען אין די פארלאפענע וואכן, א דאנק די ווייטע בליק פון הרה"ק בעל דחוקי חיים' משומרי אמונים זי''ע.


די מעשה האט פאסירט מיט כ"ק האדמו"ר משומרי אמונים שליט"א זעלבסט און דער רבי האט דאס צום ערשטן מאל דערציילט ברבים, דער וואך ביי שלש סעודות.

דער רבי האט אנגעהויבן אז מ'שטייט אצינד איידער די יארצייט פון הרה"ק רבי צבי הירש מזידיטשוב זי''ע בעל 'עטרת צבי' באקאנט אלס 'שר בית הזוהר', וואס דער מייסד השושלת לבית שומרי אמונים הרה"ק רבי אהרלע ראטה זיע''א האט זיך געהאלטן זיינס א 'תלמיד' און עפ"י דרכו ומשנתו האט ער אוועקגעשטעלט זיין 'חבורת שומרי אמונים'.


דערביי האט דער רבי האט דערציילט אז מיט אכצן יאר צוריק איז אים געבוירן געווארן דאס ערשטע בן זכר, וואס איז אויך געווען דער ערשטער אור אייניקל בן אחר בן פונעם רבי'ן דער 'חוקי חיים' און האט אויסגערופן גרויס התרגשות ביים גאנצן ציבור. דער רבי דער חוקי חיים האט דאן געבעטן אז די ברית זאל פארקומען אין די נייע ביהמ"ד דחסידי שומרי אמונים אין אשדוד וואס איז אויפגעשטעלט געווארן אין יענע תקופה און דער היינטיגער רבי וואס איז דעמאלט געווען א יונגערמאן איז דאן אויפגענומען געווארן דורכ'ן זיידן צו פירן דאס ביהמ"ד.


א נאכט איידער די ברית איז דער היינטיגער רבי אריין צום זיידן. דער רבי זצ''ל איז געווען זייער אויפגעלייגט און פרייליך און זיך אנגערופן: "אשריך אז דו ביסט זוכה צו מל'ן דיין קינד ביום ההילולא פונעם צדיק רבי צבי הירש מזידיטשוב וואס מיין טאטע דער שומרי אמונים איז געווען אזוי אדוק ומקושר צו אים". דער רבי האט תיכף געפרעגט דעם זיידן אויב זאל ער געבן א נאמען פארן קינד 'צבי הירש' על שמו פונעם בעל הילולא, דער רבי האט אבער געזאגט: "ס'איז שוין גענוג אז דו מאכסט דעם ברית אויפן צדיק'ס יארצייט אבער די נאמען זאלסטו געבן נאכן זיידן ר' שלמקה זוועהיל'ער. וכך הוה, אז מ'האט א נאמען געגעבן שלמה.


עס זענען פארביי געלאפן אכצן יאר און פארלאפענעם חודש, האט דער רבי א שידוך געטון זיין זון שלמה מיט הכלה אייניקל פון האדמו"רים מאוז'רוב אין אלעסק, און צום אלעמענס וואונדער טראגט דער אבי הכלה די נאמען 'צבי' וואס עפ"י צוואת רבי יהודה החסיד איז מען זיך נישט משדך אויב די אבי הכלה האט דער זעלבער נאמען פונעם חתן. האט דער רבי אויסגעפירט, אז יעצט פארשטייט ער שוין פארוואס דער זיידע האט נישט געוואלט אז דאס קינד זאל הייסן 'צבי הירש' נאכן עטרת צבי, וויבלאד ער האט שוין דעמאלט געזען מיט זיינע הייליגע אויגן, אז דאס קינד וועט א שידוך טוהן מיט איינעם מיט די זעלבע נאמען. ויהי לפלא.


אינעם בילד: ביים שמחת הברית מיט 18 יאהר צוריק.


ביים סעודת ברית אין אשדוד.


Comments


bottom of page