top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

קאנסטרוקציע ארבעט צו פארברייטערן ביתו נאוה קודש פון האדמו"ר מסקווירא

מוצ"ש פ' מטות מסעי - כ"ו תמוז תשפ"ג | קול בחצרות


א פרישע אונטערנעמונג האט זיך אנגעהויבן אין די לעצטערע וואכן בחצר הקודש סקווירא, מיטן ציהל צו פארברייטערן ביתו נאוה קודש פון כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א אויף א שטארקע פארנעם, צו פארגרינגערן די פילצאליגע פעולות נשגבות וואס ווערט אפגעראכטן אין דעם בית הגדול והקדוש.


די יעצטיגע בוי ארבעט נעמט אריין א פרישע צוגעבויעטע חלק צום רבינ'ס הויז, וואס וועט צוברענגען א נייע גרויסע ווארט צימער פאר די נשים צדקניות ווען זיי גרייטן זיך אריינצוגיין אל הקודש פנימה ביים סקווירא רבי'ן, און אזוי אויך טוט מען פארברייטערן די קאך ביים רבינ'ס שטוב, צו קענען ממשיך זיין מיט די מאסיווע אפעראציעס וואס קומט דארט פאר דורכאויס די יאר.


ווי באקאנט גייט אן אינעם רבינ'ס הויז א מאסיווע קאך פראיעקט וואו מען שטעלט צו טויזענטער פארציעס פאר די טישן בחצר הקודש, די טעגליכע מאלצייטן ביים רבי'ן אין שטוב, די כסדר'דיגע סעודות מצוה וואס ווערט געפראוועט ביי די שמחות בחצר המלוכה, וואס מערט זיך מיט יעדע פארבייגייענדע יאר בלי עין הרע, און אזוי אויך איז דא א עקסטערע פסח קאך, וואו מען קאכט אפ טויזענטער פארציעס עסן פאר די גאנצע משפחת המלוכה, וואס נעמט אריין אסאך ארבעט דורכאויס א גרויסע חלק פון די יאר.


אצינד וועט מען פילפאכיג פארברייטערן ביידע קאך צימערן, און אזוי ארום שטארק פארגרינגערן די אנגייענדע ארבעט ביים רבי'ן אין שטוב, שלא יחסר המזג.


די בוי ארבעט האט זיך אנגעהויבן אין די לעצטערע וואכן, ווען כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א איז געווען אין קאליפארניע אויף אפרוה, און אצינד איז מען ווייטער ממשיך מיט די בוי ארבעט אויף א שטילע פארנעם, מיטן האפענונג עס צו האבן גרייט ווי שנעלער.








Comments


bottom of page