top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

נעילת השמחה אין גער ביים לעצטע שבע ברכות אין ביהמ''ד הגדול | בילדער

דינסטאג פ' שלח - כ"ד סיון תשפ"ג | קול בחצרות


אין די גרויסער גערער ביהמ''ד אין ירושלים איז נעכטן אפגעראכטן געווארן די לעצטע שבע ברכות אין די נעילת שבעת ימי המשתה לרגל די חתונה פון אן אייניקל ביים רבין שליט''א.


די שמחה איז געווארן באשיינט דורכן הערליכן אויבן אן פון אדמו''רים ורבנים צווישן זיי האדמו''רים מצאנז - נדבורנה - סאדיגורה ירושלים - גארליץ - נחלת אהרן - הגאון רבי בנימין פינקל משגיח ישיבת מיר - הגאון רבי מיכל זילבער ראש ישיבת זוועהיל - הגה''צ רבי שמואל דוד גאלדמאן אב''ד זוועהיל - הגאון רבי יוסף צאלער ראש ישיבת סאדיגורה - הגה''צ רבי סיני האלברשטאם גאב''ד צאנז שיכון ג' אין נאך.


ווי איינגעפירט האט הרב אברהם נחום לעוו פארגעזיגנען חרוזין אין דער רבי שליט''א האט זיך אויפגעשטעלט אויף א רקידה מיטן אויבן אן.


מיטן בענטשן איז מכובד געווארן דער מחותן הרה''ג רבי חיים יהושע שור אין מיט די שבע ברכות זענען נתכבד געווארן די קרובי המשפחה אין מחותינם אין קינדער פון הרה''ק בעל 'פני מנחם מגור זצ''ל בנו הרה''צ רבי איטשע דוד אלתר אין חתנו הרה''ג רבי בערל ליפל, ברכה אחריתה די געהויבענע זיידע כ''ק האדמו''ר מגור שליט''א.



























תגובות


bottom of page