מוצ"ש פ' קרח - ה' תמוז תשפ"ג | קול בחצרות
לקיים בנו חכמי ישראל: דער ציבר ווערט גערופן צו מתפלל זיין לרפואתו השלימה פון כ''ק האדמו''ר ממבקשי אמונה שליט''א וואס איז דעם שבת אפגעפירט געווארן אין שפיטאל אין אנגעוויזן אויף רחמי שמים.
די רבי שליט''א איז צוזאמגעפאלן ביים טיש פרייטיג צונאכטס וויילענדיג אויף שבת אין שטאט בית שמש, מען האט תיכף אלאמירט די הצלה וועלכע האבן אריינגעפירט דעם רבין צו די הדסה שפיטאל אין ירושלים ווי די דאקטוירים האבן פעסטגעשטעלט אז דער רבי האט געליטן פון א סטראוק.
שבת אינדערפרי פארן דאווענען האט דעם רבינס ברידער כ''ק האדמו''ר מתולדות אהרן שליט''א ערהאלטן די ידיעה פון הרב שמעון ברוין יושב ביקור חולים אין געהייסן זאגן פרקי תהילים לרפואתו.
דורכאויס שבת האט זיך דעם רבינס מצב ב''ה געבעסערט אבער די רבי איז נאך אנגעוויזן אויף תפילות ישראל, דער ציבור ווערט גערופן מרבה צו זיין בתפילה פאר די גאנצע רפואה און בריות גופא פונעם רבין, מרן יוסף יואל בן יענטא לרפו''ש.
Comentários