דאנערשטאג פ' מטות מסעי - כ"ד תמוז תשפ"ג | קול בחצרות
כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א באזיכט אין די קאך פון מחנה דברי יואל אין סוואן לעיק, ווי עס ווערט טעגליך צוגעגרייט די נארהאפטיגע מאלצייטן פאר די קרוב צו טויזענט תלמידי הישיבה.
די פריוואטע פליגער צוגעגרייט פאר כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א, איידערן אפרייזן קיין שווייץ אויף אפרוה.
חבר הכנסת מאיר פרוש אין שטוב פון מרן גאון ישראל הגר״ד לנדו, אים איינצולאדענען צום מעמד כבוד התורה דעם קומענדיגן חודש אב, אפצוצייכענען הונדערט יאר צום לימוד הדף היומי.
א שפאציר אויף די שווייצע גאסן, ווערט געזעהן הגה"צ גאב"ד אנטווערפען, הרב שמעון וואלף קליין משב"ק האדמו"ר מבעלזא, און הרה"ג ר' דוד שווימער דומ"ץ וויזניץ בית שמש.
האדמו"ר מבראד פון אמעריקע אויף א באזוך ביים זקן רבני אייראפע הגר"א שלעזינגער ראש ישיבת הרמה.
האדמו"ר מלעלוב ביתר ביים איינקויפן אין געשעפט לכבוד שבת כאחד האדם.
האדמו"ר מויזניץ אויף א באזוך אין די בארימטע מוסד בית לפליטות, ווערט געזעהן ביים געבן שיריים פאר העסקן ר' מענדי צימעט מגדולי עסקני בית לפליטות.
און ווידער אויף די שווייצע בערג, א שמועס מיט ר' שמעון וואלף קליין משב"ק האדמו"ר מבעלזא, און ר' דוד עקשטיין פרעזידענט דקהל יטב לב ד'סאטמאר אין קרית יואל.
די רעבישע בענקל וואס מען האט געברענגט צום לוד לופטפעלד פאר כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א, איידערן אפרייזן קיין שווייץ אויף אפרי.
האמו"ר מפאלטישאן וויינט בדמעות שליש אויף צרות ישראל ביים יארצייט טיש לרגל די יארצייט פונעם בעל פקודת אליעזר זצ"ל.
כאב לבנו • האדמו"ר מנדבורנה ביים פארשטיין געבן פאר א חתן איידער די חופה, זיין התחייבות ביים אונטערשרייבן די כתובה.
ר' חיים'ס קאר.
פה מפיק מרגליות הרב מאיר מרדכי בערקאוויטש ביים אנפירן בנועם לשונו די גרויסארטיגע סאטמארע ביזנעס עקספאו.
א געמיינזאמע פארברענג ביים גרויסארטיגן סאטמארע ביזנעס עקספאו דעם מיטוואך אין ניו דזשערזי.
אזהרה חמורה, שארפע מודעה געהאנגען געווארן דעם ערב שבת אין די מאנסי שוהל'ן.
א שארפע בריוו איז ארויסגעלייגט געווארן דורך קהל צמח דוד סקווירא קעגן אזעלכע וואס האבן געמאכט פייער קרעקערס אינעם שטעטל.
האדמו"ר מדושינסקיא אין א שמועס מיט גאב"ד קוממיות נעכטן אין עירפארט זייענדיג אויפן וועיג קיין לאנדן.
האדמור מפיטסבורג ביים דאווענען אין האטעל אין דאוואס שווייץ ווי די רבי וויילט אין די טעג אויף אפרי.
די ווייטע אפקלאנג פון קרן תוספות יום טוב אויך ביים יריד החסידות פון המבשר, וואו טויזענטער אידן האבן זיך מקבל געווען נישט צו רעדן ביים דאווענען.
הרב מאיר נתן לייזער בן האדמו"ר מפשעווארסק אויף א באזוך ביי הגאון ר' יעקב מאיר שעכטער שליט"א.
הגה''צ רבי יוסף ישראל אייזנבערגער דומ"ץ שיכון סקווירא ביים דן זיין די הלכה בנוגע פרוכט ביימער ביי בוי ארבעט בביתו נאווה קודש פון כ''ק האדמו''ר מסקווירא שליט''א.
די העפטיגע בוי ארבעט ביים בית מדרש באר משה פרעמישלאן אין מאנסי בנשיאות הגה"צ רבי יהושע לייפער שליט"א אב"ד באר משה ונשיא ממלכת התורה עוז והדר ביי די לעצטע שטאפלען.
אין אנדערע נייעס האט קרישקעס באמערקט הגה"צ רבי יהושע לייפער שליט"א אב"ד באר משה ונשיא ממלכת התורה עוז והדר אויפן פעלד ביים קלויבן ווייץ לקראת חג הפסח תשפ"ד הבעלל"ט.
הרב ישראל פרוש ביים ארויסברענגען די קשר פון זיין שטאט אלעד און די שטאט עפולה, ביים גרויסן דינער לטובת בנין המרכזי פון קהילת ויזניץ אין עפולה.
ראשי אירגון 'ושננתם' אין שטוב פון הגאון רבי ברוך מרדכי אזרחי ראש ישיבת עטרת ישראל, בלויז געציילטע טעג איידער די רה"י איז אריינגעפירט געווארן אין שפיטאל.
האדמורי"ם מביאלא און קאליב ביים מעמד הכנסת ספר תורה אין שטאט קאנזעי אין איטאליע, אריינגעגעבן דורך הנגיד ר' אבי נצר בעל הבית פון די אידישע האטעל אין שטאט.
הרב שאול גרינבערגער משב"ק האדמו"ר מויזניץ ביים אויפטרעטן מיט א שמועס הכנה פאר די וויזניצע אינגעלייט אין לאנדאן, לקראת די גרויסע שבת בראשות האדמו"ר מויזניץ.
הרב מענדיל האגער בן האדמו"ר מוויזניץ מאנסי ווערט ענטפאנגען בכבוד הראוי דורך האדמו"ר מניקלשבורג, בבית מדרשו "די כלל ישראל שוהל" אין וואודבארן.
מיט צער און טרויער איז אויפגענומען געווארן אין די עולם הישיבות די ביטערע בשורה איבער די פטירה פון הגאון רבי אלחנן שווימער, ראש ישיבת אורחת מאיר, וועלעכע איז נפטר געווארן די פארגאנגענע זונטאג נאכט אין עלטער פון 66 יאר נאכן ליידן א תקופה פון די ביטערע מחלה ל"ע. אין די לעצטע טעג איז אנשטאנען א שטארקע פארערגערונג אינעם מצב הבריאות פונעם ראש ישיבה, און דער פארגאנגענע זונטאג האט ער אויסגעהויכט זיין נשמה. די לויה איז ארויס זונטאג בחצות הלילה פארנט פונעם ביהכנ"ס מנחת שלמה מיט די השתתפות פון זיינע פילע תלמידים, פון דארט איז די נפטר געפירט געווארן צום הר המנוחות ווי ער איז געקומען לקבורה, אינעם בילד זעהט מען ווי די תלמידים בעטן איבער דעם ראש ישיבה נאכן קבורה.
רבני סקווירא וועלכע זענען ממונה אויף די נייע מקוה טהרה אין שיכון סקווירא ווערן געזעהן אויפן דאך פונעם נייעם ביהמ"ד צו באקוקן די איינריכטונגען פון די מי גשמים.
אין די יעצטיגע בין המצרים טעג וועלכע אידן צייכענען אפ מיט ווייטאג און טרויער דעם חורבן פון די שני בתי מקדשות, און בעטן שיבנה בית המקדש במהרה בימינו, זענען דא אידן וועלכע פירן זיך אפצורעכטן תיקון חצות. אין די טעג וועלכע מיר טרויערן מער אויפן חורבן, זעצט מען זיך אויף די ערד און בקול שועה ורוח נשברה זאגט מען די קינות און תיקונים וועלכע די מקובלים און פריעדיגע גדולי עולם האבן צוזאמגעשטעלט. אויפן בילד ווערט געזען הגה"צ המוקבל רבי דב קוק שליט"א רעכט אפ תיקון חצות אין זיין ביהמ''ד אין טבריה.
אויפדעקונג: די היסטאריקע מקווה פון הרה"ק בעל אמרי חיים מוויז'ניץ זיע"א אנטדעקט צום ערשטן מאל.
ביים דינער פאר די בעלזא שוהל אין בית שמש, זענען די משתתפים באגייסטערט געווארן צו ווערן צוריקגעפירט צו מיין שטעטעלע בעלזא אויפן אמאליגן שטייגער, אין א רייכע פרעזענטאציע אהערגעשטעלט דורך ר' אברהם יוסף פערסטער, און הבחור הפלא בנצי קלעצקין.
כמנהג קרלין • מעמד תפילה ביים ציון הק' פון ר' שלמה קארלינער זי"ע ביומא דהילולא קדישא, מיט קולי קולות אויף דער קארלין'ער שטייגער.
ר' יונתן שווארץ היינט ביים מנחם אבל זיין משפחת זינגער וואס האט נעבעך פארלוירן זייער 12 יעריגער יונגל אין צעלימער קעמפ.
Комментарии