מאנטאג פ' תצוה • י' אדר א' תשפ"ד | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: אבי סורקיס
וירב בבת יהודה תאניה ואניה
אלפי חסידי סקווירא האבן נעכטן באלאגערט די סקווירא שטעטל מיט אראפגעלאזטע פנימ'ער און פארוויינטע אויגן צו באגלייטן דעם ארון פון די הויכגעשעצטע סקווירא רביצין מחברתו הטהורה ועזרתו בקודש פון הוד כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, און עלטסטע טאכטער פון הרה"ק בעל ישועות משה מוויזניץ זי"ע, וועלכע האט נעכטן נאכמיטאג אויסגעהויכט איר נשמה ברענגענדיג א פלייץ פון טרויער ביי אלפי חסידי סקווירא און מעריצי בית וויזניץ פון אומעטום, וכל בית ישראל יבכו את השריפה אשר שרף ה'.
וכבוד גדול עשו לה במותה, פון גאנץ ניו יארק און ניו דזשערזי זענען געקומען צו פארן טויזענטער חסידים, מכל מקום אשר דבר המלך ודתו מגיע, חסידי סקווירא, חסידי ויזניץ, און פילצאליגע מעריצים ואנשי מעשה פון נאנט און ווייט.די גאסן אין שיכון סקווירא זענען שווארץ געווארן פון מענטשן שוין אין די פריע אווענט שעה'ן, ארום זיבן אזייגער ווען די מיטה האט אנגעהויבן קורסירן די גאסן פון שטעטל, נאך די טהרה אין די ארטיגע טהרה שטיבל נעבן די בית החיים, איידער די מיטה איז געפירט געווארן אל ביתו נאוה קודש פונעם סקווירא רבי'ן שליט"א וואו די קינדער האבן זיך געזעגנט מיט גרויס בכיות.
צווישן די פילע אדמורי"ם ורבנים ביי די לוויה האבן זיך אנגעזעהן דער שוואגער כ"ק אדמו"ר מסאטמאר, די איידימער כ"ק האדמורי"ם מראחמיסטריווקא מאנסי און זוועהיל, די קרובי המשפחה האחים האדמורי"ם מוויזניץ פון מאנסי, קייאמישע, וויליאמסבורג, און בארא פארק, האחים האדמורי"ם מראחמיסטריווקא, ראחמיסטריווקא לעיקוואד, ראחמיסטריווקא וויליאמסבורג, ראחמיסטריווקא אוקענוויין, און ראחמיסטריווקא ספרינג וואלי, האדמורי"ם מבית יצחק ספינקא, סקווירא פון בארא פארק, בארניב, ליזענסק, טאלנא אשדוד, ספינקא מאנסי, סקווירא מאנסי, הגה"צ אב"ד סאטמאר ירושלים בנו הגדול פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א בשליחות הקודש, אב"ד בית אהרן, אב"ד מישקאלץ, אב"ד יאקע, אב"ד חאנטשין, אב"ד אור חיים, הרה"צ ר' חיים מאיר האגער אב"ד קרית ויזניץ בנו הגדול פון מרן אדמו"ר מויזניץ, הרה"צ ר' חיים מאיר האגער בנו יחידו פון כ"ק אדמו"ר מויזניץ, הרבנים קינדער פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר, און נאך פילע רבנים דיינים ומורי הוראה.
האלב נאך אכט איז כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א ארויסגעקומען צום גרויסן חצר פארנט פון ביהמ"ד הגדול אין שיכון סקווירא, וואו עס זענען שוין געווען פארזאמלט טויזענטער אידן אויף א הפלאדיגע סדר מיט באריקאדן און פארענטשעס, כדי צו פארמיידן א שטופעניש, טראץ דעם שווערן געדרענג פון טויזנטער אידן, האבן די עסקנים מצליח געווען אנצוהאלטן דעם ארדענונג ובפרט צו היטן אויף די גדרי הצניעות במשך די גאנצע לוי'.
דער סקווירא דיין הגה"צ ר' יוסף ישראל אייזענבערגער שליט"א האט פארגעזאגט קל מלא רחמים מיט א קול געשטיקט פון טרערן, און דערנאך האבן די מאסן ציבור אנגעהויבן באגלייטן די מיטה דורך די גאסן פון דזשעפערסאן, וואשינגטאן, לינקאלן, רוזעוועלט, און אזוי מיט הייסע בכיות האט מען באגלייט דעם ארון ביז אראפ צום ביה"ח. אונטערוועגנס האט מען זיך אפגעשטעלט פארנט פון די בנין בית חינוך לבנות אין שטעטל, און דער משמש בקודש הרב דוד בערגער האט געזאגט א קל מלא רחמים.
דורכאויס די נאכמיטאג שעות האבן די עסקנים אויסגעשטעלט די גאנצע בית החיים אויף א ספעציעלע פארנעם, אז יעדער זאל קענען מיטהאלטן רואיגערהייט, בלויז די רבנים אדמורי"ם און אייניקלעך זענען אריינגעלאזט געווארן אינעם גדר, וואו מען האט אפגעראכטן די הקפות כנהוג, די קינדער האבן געריסן קריעה און גאָר רירענד איז געווען ווען דער סקווערער רבי שליט"א האט געזאגט די ברכה דיין האמת בשם ומלכות מיט גרויסע בכיות, און געריסן קריעה על לוח לבו הטהור.
דאן איז מען אריין אינעווייניג אין די אוהל פון די אלטע סקווירא רעבעצין ע"ה, די חברה קדישא האט דורכגעפירט די קבורה כנהוג, און דערנאך האבן די קינדער געזאגט קדיש. די הקפות און צדוק הדין איז פארגעזאגט געווארן דורך דער יושב ראש פון חברה קדישא הרב החסיד ר' מענדל בערגער מראשי הקהילה.
נאך די קבורה איז דער סקווירא רבי ארויסגעקומען פון אוהל און אריין אין א ספעציעל צוגעגרייטע ספרינטער, דער רבי האט אויסגעטון די שטיוול און אנגעטון די קאלאטשן, דאן האט די ספרינטער אנגעהויבן פארן צושטייטליך, ווען אלע חסידים לויפן אדורך און זאגן המקום ינחם אתכם בתוך שאר אבלי ציון וירושלים.
אנקומענדיג אהיים לביתו נאוה קודש, האט דער רבי זיך געוואשן די הענט און זיך געזעצט שבעה אינאיינעם מיט די קינדער, דעם רבינ'ס שוואגער כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א איז אריינגעקומען מנחם אבל זיין, און ארומגעשמועסט שיינע זכרונות מבית אבא. נאכן סעודת הבראה האט דער סקווירא רבי זיך געשטעלט דאווענען מעריב בביתו נאוה קודש, און די טויזענט קעפיגער ציבור איז אריבער מנחם אבל זיין אויף א שנעלן פארנעם.
Comments