דאנערשטאג פ' במדבר - כ"ז אייר תשפ"ג | קול בחצרות
בחצר הקודש ויזניץ אין בני ברק, גרייט מען זיך אין די יעצטיגע טעג צו א אייגענארטיגע מעמד, א גרויסארטיגע קבלת פנים לכבודו פונעם בארימטן חסיד און תומך הנגיד החסיד ר' חיים שטערן הי"ו פון קווינס, וועלכער איז באקאנט מיט זיין אויסטערלישע קשר צו מורו ורבו כ"ק אדמו"ר מויזניץ שליט"א.
הנגיד החסיד ר' חיים שטערן איז געווען דער בעל אכסניא פאר לאנגע יארן פון הרה"ק בעל ישועות משה מוויזניץ זי"ע, ער האט אסאך צושטייער געגעבן למען החזקת המוסדות אין יענע יארן, און אזוי אויך די לעצטע צוואנציג יאר פאר מורו ורבו כ"ק אדמו"ר מויזניץ שליט"א צו וועם ער איז מקושר בלב ונפש.
אין די לעצטערע יארן איז ר' חיים אדורך שווערע צייטן, ווען ער האט געדארפט זיצן אין תפיסה א שטיק צייט. דער ויזניצער רבי איז מערערע מאל ארויסגעפארן אויף נסיעות איבער די וועלט מקיים צו זיין די מצוה פון פדיון שבויים ארויסצוהעלפן די קעיס, און מיטן אויבערשטנס הילף איז ער טאקע ארויס פון תפיסה אסאך שנעלער ווי ערווארטעט.
אין די יעצטיגע טעג ווען ר' חיים האט ענדליך באקומען ערלויבעניש צו פארן קיין ארץ ישראל, ווערט געפלאנט א גרויסע מעמד קבלת פנים לכבודו, ווען ר' חיים גרייט זיך צו קומען קיין ארץ ישראל פראווענען דעם יום טוב שבועות בצל הקודש פון מורו ורבו כ"ק אדמו"ר מויזניץ שליט"א.
לויטן פלאן וועט פארקומען א רייע מעמדי קבלת פנים דורכאויס די גאנצע טאג, דער רבי זעלבסט וועט ארויספארן צום לופטפעלד אפווארטן דעם חשובן גאסט, און אזוי אויך וועלן אלע תלמידי התלמוד תורה ארויספארן צום לופטפעלד אויף א מעמד קבלת פנים, אנגעטון מיט בגדי שבת.
אנקומענדיג בשערי העיר בני ברק וועלן אפווארטן אלע בחורי הישיבה, לויט די קלארע אנווייזונגען פון די סדרנים, דער רבי מיט הנגיד ר' חיים און זיין משפחה וועלן אריינפארן אין שטאט מיט א רייכע באגלייטונג, און תיכף צופארן צום בית החיים צום ציון הק' פון אדמור"י בית וויזניץ, וואו דער וויזניצער רבי וועט מתפלל זיין אינאיינעם מיט ר' חיים ביים ציון הק' פון הרה"ק בעל ישועות משה זי"ע.
שפעטער אויפדערנאכט וועט פארקומען די צענטראלע מעמד קבלת פנים אין ביהמ"ד הגדול מיט די באטייליגונג פון אלע חסידים, זקנים עם נערים. צוערשט וועלן אלע אינגעלייט און בעלי בתים מקבל זיין פני כבודו פון ר' חיים אין די גרויסע שטח פארנט פון די זאלן היכלי מלכות, און דערנאך וועט מען ממשיך זיין מיט א מסיבת לחיים בהיכל ביהמ"ד הגדול אין שפיץ פונעם רבי'ן.
Comments