מיטוואך פ' וארא • כ"ח טבת תשפ"ד | בחצרות הקודש
די מאסיווע צוגרייטונגען אין די הייליגע שטאט קרית טאהש יע"א קומט אין די טעג צו א קלימאקס, ווען מ'האלט שוין אינמיטן פלאצירן די מאסן חסידים וועלכע קומען צו פארן פון אומעטום מיטצולעבן די גרויסע שמחה בבית רבם ומאורם כ"ק אדמו"ר מטאהש שליט"א. תלמידי וחסידי טאהש בכל מקומות מושבותיהם מאכן זייערע לעצטע פלענער ארויסצופארן די לאנגע שטרעקעס מיטצוהאלטן די דערהויבענע לעכטיגע ימי השמחה בצל הקודש אין קרית טאהש.
די קבלת פנים וועט פארקומען בע"ה בשעה 5:00 אין היכל ביהמ"ד אברכים. די מעמד החופה וועט פארקומען בשעה 6:00 פארענט פון בנין "בית צירל". די סעודות החתונה וועט סערווירט ווערן פאר די רבנים זקני החסידים ובעה"ב אינעם ביהמ"ד הגדול, אר אברכים אין היכלי הכוללים, פאר בחורים אין הכלי עזרת נשים אין פאר ילדי תשב"ר אין ביהמ"ד בבנין ישיבה קטנה.
דער גרויסער אבי הכלה טאהשער רבי שליט"א וועט ערשיינען אין ביהמ"ד הגדול .8:15 וואונטשן לחיים אין מזל טוב וועט זיין פון .9:00 ברהמ"ז ומצוה טאנץ בשעה .11:00 די זמנים וועלן זיין אי"ה פונטקלעך.
באזונדער גרייט מען זיך אויפצונעמען דעם ציבור לאלפים וועלכע וועלן אויך וויילן אין קרית טאהש אויף די גרויסע "שבת שבע ברכות" וועלכע וועט געפראוועט ווערן בצילא דמהימנותא פונעם אבי הכלה כ"ק אדמו"ר מטאהש שליט"א. די סעודת ליל שבת קודש וועלן די אורחים עסן בראש פון די אדמורי"ם ורבנים שליט"א אין די זאלן פון "בית צירל", דער דערהויבענער שלחן הטהור וועט דערנאך פארקומען אין ביהמ"ד הגדול נאכפאלגענדיג די מצוה טאנץ כנהוג. די סעודת יומא דשבתא וועלן די אורחים מיטעסן ביים שלחן הטהור פון כ"ק אדמו"ר מטאהש שליט"א כמדי שבת בשבתו. עס זענען פאררופן געווארן אייגנארטיגע סעודת "שבע ברכות" מיוחדת אויסעארבעט געווארן דורך די ועד החתונה, וואו יעדע איינע וועט ברענגן א שטארקע תועלת במטרה להגדיל תורה ולהאדירה ביתר שאת וביתר עוז.
מוצאי שב"ק וועט געפראוועט ווערן א שבע ברכות וסעודת מלוה מלכה מיוחד פאר די בחורי ישיבות הקדושות ד'טאהש, און די בחורי חבורות "עבודת עבודה" אין ביהמ"ד הגדול. זונטאג מיטאג וועט זיין באזונדער פאר די גרעסערע כיתות פון תלמוד תורה אין ביהמ"ד הגדול. ביינאכט וועט זיין מיוחד פאר די מורי הוראה, צוות הרחני דמוסדות טאהש אין זאל פון "בית צירל". מאנטאג מיטאג וועט זיין מיוחד פאר די רבני וחברי הכוללים אין היכל הכוללים. מאנטאג נאכט וועט זיין געווידמעט פאר קרואי מועד אנשי שם אין זאל פון "בית צירל". משמחה זו יושפע השפעות טובות ברוחניות ובגשמיות לכל בית ישראל.
במקהלות ברכו את ה'
Comments