זונטאג פ' פקודי • כ''ג אדר תשפ"ה | בחצרות הקודש

פארגאנגענעם ליל פורים ביים מסע הלוי' פון הגאון רבי יוסף זאב פיינשטיין זצ"ל ראש ישיבת עמלה של תורה אין שטאט ביתר, האט דער מרא דאתרא הגה"צ רבי חיים ווייס גאב"ד ביתר איבערגעגעבן די רצון פונעם ראש הישיבה זצ"ל אז בנו חביבו הרה"ג ר' ישראל פיינשטיין שליט"א זאל ווייטער ממשיך זיין די הנהגת הישיבה און דינען אלס ראש הישיבה במקום אביו, און געוואונטשן אז ער זאל טאקע זיין די ריכטיגער שליח מיט סייעתא דשמיא בכל אשר יפנה, און עס איז ברור אז זיין גרויסן טאטן דער ראש הישיבה וועט זיין פאר איהם א מליץ יושר ווייטער צו קענען אנהאלטן די הרבצת התורה אין די ישיבה הקדושה וואס איז געוועהן משאת נפשו אזויפיל יאהרן.
הרה"ג ר' ישראל שליט"א איז דער צווייטער זוהן פונעם ראש הישיבה, אלס בחור האט ער געלערנט אין די בארימטע פונוביזער ישיבה. בהגיעו לפרקו איז ער אויסגעקליבן געווארן אלס אן איידעם ביי הגאון המפורסם רבי אפרים וואקסמאן שליט"א ראש ישיבת מאור יצחק. רבי ישראל איז א ריכטיגער ברא כרעא דאבוה און א דמות דיוקן פון אביו הגדול, בארימט מיט זיין התמדת התורה, עבודה נלהבה און שיחות יקרות וואס דערהייבט אידישע קינדער באור התורה וחסידות.
כל ימיו איז ער געזעצן באהלה של תורה, מיט גענוי זיבן יאהר צוריק פורים תשע"ח זינט זיין טאטן דער ראש הישיבה האט געליטן דעם סטראוק איז ער מיט א זעלטענעם כיבוד אב צוגעשטאנען לימינו און פולשטענדיג נושא בעול געוועהן, באזונדער מיטן איבערפלאנצן די ישיבה עטליכע יאהר צוריק איז ער געוועהן גאר טעטיג און ארויסגעהאלפן בכל צעד ושעל, על כן, כי לו נאה כי לו יאה צו דינען אלס ראש הישיבה און ממשיך זיין די תורה אימפעריע להגדיל תורה ולהאדירה.
Comments