top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מגור וועט איבערבויען אהל הק' פון זקינו הרה"ק רבי יעקב ארי' מראדיזמין זי''ע אין ווארשא

זונטאג פ' קרח - כ"ט סיון תשפ"ג | קול בחצרות


היינט נאכמיטאג איז א דעלעגאציע פון ארץ ישראל ארויסגעפארן קיין פולין בשליחות הקודש פון כ''ק האדמו''ר מגור שליט''א לקראת די הילולא קדישא פון זקינו הרה''ק רבי יעקב ארי' מראדזימין זי''ע מקום מנוחתו אין דער שטאט ווארשא מיטן ציל צו רענאווירן דעם ציון הק' אהערשטעלנדיג א נייעם גרויסן אוהל על קברו.


דאס קומט נאכדעם וואס עס אנגעקומען צום גערער רבין א ידיעה אז דער ציון הק' פונעם זיידן די ראדזימינער רבי - וועם די רבי טראגט זיין נאמען, געפינט זיך אין גאר א נאכגעלאזטן מצב אין דארף זאפארט ווערן איבערגעפרישט. די רבי שליט''א האט זיך אריינגעלייגט אינעם פראיעקט אין האט היינטיגן זינטיג אראפגעשיקט א גראפע עסקנים קיין ווארשא זיי זאלן זיך אפגעבן מיטן רענאווירן דעם ציון הק' אין זארגן פאר די מינימאלע געברויכן אויף די יארצייט דעם קומענדיגן י''ח תמוז מען זאל דארט קענען מתפלל זיין מיט הרחבת הדעת ולהפקד בדבר ישועה ורחמים מיט צוגעשטעלטע צרכי ציבור בכבוד הראוי רונדע דעם זייגער פונעם יומא דהילולא.

Comments


bottom of page