דינסטאג פ' שופטים - כ"ח אב תשפ"ג | קול בחצרות
בילדער קרעדיט: סאטמארע נייעס
א באריכט פון די יומא דהילולא קדישא פון הרה''ק מסאטמאר זי''ע בצל ממלא מקומו בקודש כ''ק האדמו''ר מסאטמאר שליט''א.
זינטאג צופרי האט די רבי געדאווענט שחרית בבנין הישיבה על קברו, היכל המתיבתא סניף דברי יואל, אינאיינעם מיט א גרויסן ציבור בעלי בתים און איגנעלייט וועלכע זענען געקומען מיטדאווענען דעם ווארעמען תפילת שחרית צוזאמען מיטן רבי'ן און די תלמידי המתיבתא. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר עטליכע בר מצוה בחורים, צווישן זיי הבחור הבר מצוה בן הגה"צ רבי שלמה רובין שליט"א אב"ד ציעשנוב קרית יואל חתן הגה"צ אבד''ק סאטמאר מאנטרעאל שליט"א.
די רבי האט יורד געווען לפני התיבה בהשתפכות הנפש. נאכגעפאלגט מיטן מסיבת לחיים נאך שחרית כהכנה לעלי' לציון הק' ברוב עם הדרת מלך, מען האט געזינגען נגוני התעוררות, דער רבי האט געטרינקן לחיים אין משמיע געווען דברות קודש, הכנה והתעוררות איידערן פוקד זיין דעם ציון הקדוש, בתוך דבריו האט די רבי ארויסגעברענגט דעם קשר אמיץ און די חיבה וקירבה יתירה פונעם בעל ההילולא צו די בחורים און די ישיבה, און אויפגעפאדערט די בחורים זיך אויפצופירן ווי א תלמוד פון זיין ישיבה, און מסיים געווען בברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.
נאכן מסיבת לחיים איז די רבי ארויף צום ציון המצויינת, דער רבי האט געצינדן 5 ליכט מיט א נשמה ליכט, און געזאגט די תפילה 'שלום עליך' פונעם ישמח משה זי"ע בבכיות נוראות, און דערנאך פארגעזאגט פון קאפיטל צ' כנהוג, און געזאגט דעם יהי"ר בהשתפכות הנפש, דערנאך האט דער רבי געלערנט פרקי משניות און געזאגט קדיש דרבנן.
די רבי האט געליינט קוויטלעך א לענגערע צייט, בשעת מ'האט געזינגן ניגוני התעוררות וואס פלעגט געזינגען ווערן בבית מדרשו פונעם בעל ההילולא, דערנאך אין דער רבי האט זיך משתטח געווען אויף ציון הק' א לענגערע צייט.
פארנאכטס ארום 8:30 איז די רבי שליט''א אריינגעקומען צו די צענטראלע סעודת הילולא בבית מדרשו פונעם בעל הילולא אין ביהמ"ד הגדול בקרית יואל במעמד אלופי אלפי ישראל, דער רבי האט זיך געוואשן צו די סעודה און מאריך געווען שלחנו הטהור, און דאן געמאכט דעם סיום הש"ס וששה סדרי משנה וואס איז געלערנט געווארן דורך די חברה ש"ס אין די קהילה און דערנאך געזאגט דעם הדרן און קדיש. במשך דעם טיש האט מען געזינגען ניגוני דביקות וגעגועין מבי מדרשו של רבי.
ביי די דברות קודש ודברי אלוקים חיים האט די רבי ארומגערעט דברי חיזוק ומוסר, וחובת השעה בדברים העומדים על הפרק, און ארומגערעדט איבער גדלותו וצדקתו און די פעולות לרוב וואס הרה''ק מסאטמאר זי''ע האט אויפגעטוהן בכלל ובפרט אין אלע עמודי עולם, תורה, תפילה, און חסד, און מעורר געווען אידן לתשובה ביי זיינע דברי כיבושין ביי של''ש און די פלאמפייערדיגע דרשות, אויפגעשטעלט מוסדות החינוך פאר אינג אין אלט, פעלות לטובה פאר כשרות און עניני קדושה וצניעות, עס ליגט א פליכט ממשיך צו זיין אין די אלע ענינים, זיין פייערדיגע מלחמה לה' קעגן טומאת הציונות אין אלע אירע מלבושים וואס מיר דארפן ווייטער אנהאלטן מחזק צו זיין מוסדות עטה''ק און ארויסגעברענגט לשבח פון די אברכי הכוללים אין קרית יואל וואס האבן צוזאמגעשטעלט די יאר א מיליאן דאלער פאר מוסדות עטה"ק בארה"ק דורכ'ן 'קרן אברהם יוסף', חוץ פון אלע אנדערע אינגעלייט די בכל אתר ואתר, וואס באטרעפט אויך א ריזיגן סכום.
דערביי האט דער רבי ארויסגעברענגט די פולע פעולות פונעם בעל הילולא זיע''א צו שטיצן די ביד''צ עדה החרדית און ירושלים עיה''ק, און דערמאנט די שווערע מלחמה פון אביו הרה''ק בעל ברך משה זיע''א ווען ער האט געזעהן די עדה החרדית אין א סכנה, און מיט ווייטאג ארויסגעברענגט אז עס איז דא מענטשן מבפנים אין די עדה החרדית וואס צוברעכן און זענען מהרס די עדה החרדית מיט פארשידענע פעולות שאין רוח חכמים נוחה הימנו, עס איז דא א פחד פון טעראר וואס מאכט אנדערע שווייגן, אונז דא פון דערווייטנס זענען מתפלל מהפך צו זיין דעם רעה צו טוב, די זעלבע איבער די גזירה פון גיוס בני ישיבות אין ארה"ק וואס גייט אן מיטן פולן קראפט און קיינער ווייסט נישט מה יולד יום.
דערנאך האט די רבי ווי שוין באזונדער באריכטעט קורא שם געוועהן פאר די שכונות אין געגענטער בעיר הצדק קרית יואל מיט די הייליגע נעמען נאך די צדיקים הקודמים כדי משרה צו זיין קדושת המקום און א המשכה פונעם קדושה פונעם שטאט קרית יואל.
דער רבי האט ממשיך געווען מיט די ירושה וואס הרה''ק מסאטמאר זיע''א האט איבערגעלאזט די מוסדות החינוך איבער דער גארער וועלט און ב"ה עס איז מוסף והולך בכמות ובאיכות, און מעורר געווען בעניני צניעות וכיסוי הראש א שייטל וואס איז נראה כשער ממש איז אסור בכל הדיעות, און גערעדט איבער די ביליגע דירות פראיעקט און געזאגט 'אני על משמרתי אעמודה' מען טוהט פולע פעולות מען זאל קענען בקרוב מוציא זיין מכח אל הפועל סיי ביי דעם פראיעקט און סיי אויף אנדערע פלעצער בס"ד.
די גזירות החינוך אין ניו יארק ווערט ערגער און ערגער הקב"ה זאל שומר ומציל זיין אז זיי זאלן נישט האבן קיין שום שליטה אויף אונזער חינוך, און ארויסגעברענגט לשבח פון אונזערע ישיבות וואס שטעלן צו פאר א בחור וואו צו זיין ביז ער האט חתונה, און מעורר געווען איבער שיקן בחורים לערנען אין פרעמדע ישיבות וואס מען גייט נאכדעם קיין ארץ ישראל וואס דאס ברענגט א שרעקליכע הפקירות באיזה אופן שיהי', דער רבי האט מסיים געווען מען שטייט ביומא דהילולא קדישא מען האפט אז די רבי זיע''א איז עומד ומתפלל פאר אונז געהאלפן צו ווערן בכל מילי דמיטב עד ביאת הגואל.
אויך אויף אנדערע מקומות אין די סאטמארער בתי מדרשים בכל קצווי תבל, אין אין די מוסדות התורה והיכלי הישיבות, האט מען געפראוועט סעודות הילולא מיט שיינע דרשות און אויפטריטן, ביים מלוה מלכה אין סעודת הילולא אין די רחבת עסטעיטס קאנטרי אין וואדבארן האט אויפגעטראטן הגה''צ אבד''ק ור''מ סאטמאר וויליאמסבורג שליט''א, ביים סעודת הילולא אין מלוה מלכה אין די קהילה אין מאנסי האט אויפגעטראטן הגה''צ רבי אברהם הערש וואזנער אב''ד סאטמאר מאנסי אין אלס נואם הכבוד הגה''צ רבי משה פריעדמאן דומ''ץ סאטמאר בארא פארק, אין ביהמ''ד הגדול סאטמאר אויף 53 אין בארא פארק האט אויפגעטראטן אלס נואם הכבוד הרה''ג רבי מנחם נפתלי טיילבוים אב''ד טשענסקאוויץ, אין ביהמ''ד בית שמואל אין קרית יואל האט אויפגעטראטן הגה''צ רבי חיים יוסף ווערצבערגער אב''ד הוניאד מחשובי תלמידי בעל ההילולא.
זכותו הגדול והקדוש יגן עלינו ועל כל ישראל.
Opmerkingen