top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מאנסי • גרויס ערווארטונג צום ערשטן שבת בצל האד' מראחמיסטריווקא הרה"צ רבי אברהם יהושע העשיל טווערסקי

מיטוואך פ' כי תצא - ו' אלול תשפ"ג | בחצרות הקודש


גרויסע הכנות ווערן געמאכט אינעם נייעם פראכטפולע בנין הכולל דחסידי ראחמיסטריווקא אין שטאט מאנסי, לקראת די ערשטע געהויבענע שבת במחיצת הקודש פון כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א, הרה''צ רבי אברהם יהושע העשיל, חתנא דבי נשיאה פון כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, וועלכער וועט דעם שב"ק צום ערשטן מאל אפרעכטן די תפילות און טישן אויף א גרויסע פארנעם אין שטאט מאנסי.


די פראכטפולע בנין הכולל אויף בלאוועלט קארנער האופעל לעין, איז נארוואס פארענדיגט געווארן כלול בהדרו, לכבודו פונעם רבי'ן שליט"א וועלכער דינט שוין לאנגע יארן אלס ראש כולל פאר חסידי ראחמיסטריווקא אין מאנסי וואו די רבי טוט שוין קרוב צו דרייסיג יאר משפיע זיין אויף די חשובע יונגעלייט, וועלכע האבן געהאט די זכי' צו שעפן פון דעם ענדלאזן קוואל פון תורה, יראת שמים, אין חסידות. אצינד איז באשטעטיגט געווארן אז דער רבי שליט"א וועט דעם שב"ק פראווענען א גרויסע שבת אינעם בנין הכולל, במעמד קהל רב, חסידי ראחמיסטריווקא און חסידי סקווירא, וועלכע וועלן מיטהאלטן דעם געהויבענעם שבת בצל הקודש.


באופן פלא האט מען ערהאלטן די נויטיגע ערלויבעניש זיך צו קענען אריינציען אינעם פראכטפולן בנין, בלויז עטליכע טעג איידער די הסתלקות פון כ''ק האדמו''ר הרה"ק מראחמיסטריווקא זצוק"ל, אין אין די יעצטיגע טעג קומען פאר די לעצטע צוגרייטונגען אינעם נייעם בנין, וואו מען רישט אויס אלע לעצט פארבליבענע דעטאלן, די בנין זאל קענען ארייננעמען דעם ציבור אויף א געהעריגע פארנעם. א געלונגענע שטאב פון סקווירא עסקנים זענען געשיקט געווארן מטעם הקהילה אין סקווירא שטעטל ארויסצוהעלפן מיט די הכנות, די שבת זאל געקרוינט ווערן מיט די מאקסימום סוקסעס, לשמחת לב די תלמידים וחסידים.


*

די נייע פראכטפולע בנין הכולל אויף בלאוועלט קארנער האופעל לעין אין מאנסי


Comments


bottom of page