מיטוואך פ' קרח - ב' תמוז תשפ"ג | קול בחצרות
בילדער קרעדיט: סאטמארע נייעס
הונדערטער סאַטמאַרער חסידים אין ארצינו הקדושה האַלטן מיט גאָר געהויבענע טעג ווען מ'האָט געהאַט די זכי' צו מקבל פּנים זיין דעם חשוב'ן גאַסט הגאון הצדיק אב"ד סאַטמאַר וויליאַמסבורג שליט"א, וועלכער איז געקומען צו פאָרן בשליחות הקודש פון אביו הגדול כ"ק אדמו"ר מסאַטמאַר שליט"א, צו פּראַווען דעם געהויבענעם שבת התאחדות אינערהאַלב די קהילה קדושה קהל יטב לב ד'סאַטמאַר אין ירושלים עיה"ק און צו מחזק זיין די סאטמארע קהילות קדושות אין שטאָט בני ברק און אין בית שמש, וועלכע קוקן שוין אַרויס דערויף אַ לענגערע צייט, ווען די פאָלגענדע טעג פונעם געהויבענעם באַזוך וועט דינען אַלס קוואַל פון חיזוק פאַר כלל חסידי סאַטמאַר בארה"ק.
נעכטן דיסטיג איז דער רב שליט"א אָנגעקומען קיין ארץ ישראל אין באַגלייטונג פון אַן ענגן צאָל מקורבים, אין שפּיץ פון הרבני הנגיד ר' אברהם יהושע גלאַנץ ממקורבי כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א דער רוח החיים פון די סאטמארע קהילות אין ארץ ישראל. דער פליגער פונעם רב שליט"א האָט געלאַנדעט אום 5:00 אזייגער נאָכמיטאָג אין לוד לופט- פעלד, וואו דער רב שליט"א איז אָפּגעוואַרט געוואָרן דורך די חשוב'ע דעלעגאַציעס פון די ראשי קהל יטב לב ד'סאַטמאַר פון ירושלים, בני ברק און בית שמש. דער רב שליט"א האָט זיך וואַרעם באַגריסט מיט די ראשי קהילה אין עסקנים וועלכע זענען אַדורך שלום נעמען ואף הוא ענה כנגד המברכים מיט אַ מאור פּנים.
פונעם עירפאט איז די רב שליט"א געפארן קיין בית שמש ווע מען האט צום ערשט געדאווענט מנחה אין ביהמ"ד דחסידי סאַטמאַר אין די "רמת אברהם" געגענט, וואו עס איז הערשט לעצטנס באַנייט געוואָרן דער נייער סאַטמאַרער ביהמ"ד פאַר די אָרטיגע פילע חשוב'ע סאַטמאַרער אינגעלייט וואס האָבן זיך דאָרט באַזעצט.
נאך מנחה איז פארגעקומען א מסיבת לחיים ווי עס האט זיך באטייליגט הרה"ג רבי אשר יעקב אולמאן רב שכונת רמת אברהם, ביי דעם געלעגנהייט האט מען זיך באדאנקט פאר'ן חשוב'ן גאסט און מיטבאגלייטער פונעם רב הר"ר אברהם יהושע גלאנץ וועלכע האט מנדב געווען א סכום נכבד פארן בנין הבית מדרש.
דערנאך איז דער רב שליט"א צוגעפארן צום אכסניה בבית הרה"ח ר' צבי עקיבא ברייטשטיין, יו"ר הנהלת המוסדות ווי עס איז געווען צוגעשטעלט א רייכע סעודת ראש חודש, ווי מען האט איבערגעגעבן פאַר'ן רב שליט"א אַלע דעטאַלן אַנבאַלאַנגט די צוקנופטיגע הרחבת גבולי הקדושה אינערהאַלב די קהילה קדושה אין בית שמש.
פון דארט איז דער רב צוגעפארן צום צענטראַלן ביהמ"ד דקהל יטב לב ד'סאַטמאַר אויף די אהל יהושע גאַס אין שטאָט בית שמש, ווי עס איז פארגעקומען די געהויבענע מעמד 'קבלת פנים וכינוס אנ"ש' וואו אַלע סאַטמאַרער חסידים אין שטאָט האבן זיך צוזאמגענומען מקבל זיין פּני הגאון הצדיק דער רב שליט"א, אין שפּיץ פון די גדולי רבני העיר שליט"א הגאון הגדול רבי נתן הכהן קופשיץ שליט"א מרא דאתרא שכונת נחלה ומנוחה און הגאון רבי שמואל בראנסדארפער שליט"א חבר בד"ץ העדה החרדית.
עס האט צום ערשט מקבל פנים געווען הרה"ג רבי זלמן יודא כהנא שליט"א מרבני הקהילה אין דאן האט מען געהאט די זכי' צו הערן די פייערדיגע דרשה פונעם רב שליט"א מיט דברי חיזוק והדרכה לדעת את הדרך אשר ילכו בה ואת המעשה אשר יעשון, בתוך הדברים האט די רב ארויסגעברענגט די גוטע גריסן וואס קומט כסדר אן פון בית שמש צו אביו הגדול שליט"א בפרט און קיין חו"ל בכלל, און אזוי אויך זייער שטארק ארום גערעדט וואס עס מיינט א סאטמאר חסיד בכלל און פאר אנשי שלומינו תושבי בית שמש בפרט, נאכן מעמד איז די רב אריבער באזוכן די בניני המוסדות והקהילה כדי צו קענען צוריק ברענגען אַ פריסת שלום פאַר אביו הגדול דער רבי שליט"א איבער בליה און וואוקס פון די אָרטיגע הייליגע סאַטמאַרער קהילה אין שטאָט בית שמש.
היינטיגן מיטוואָך איז די רב אנגעקומען אין שטאָט בני ברק, ווען דער טאָג האט זיך אנגעפאַנגען מיט אַ געהויבענעם תפילת שחרית אינאיינעם מיט די איבער הונדערט בחורי חמד תלמידי ישיבה גדולה און ישיבה קטנה, אין בית מדרש הגדול אין די זכרון מאיר געגענט, נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים און מעמד קבלת פנים
נאכן זינגען עטליכע ניגוני התעוררות ורגש האט מקבל פנים געווען הרה''ג ר' יצחק דוד יאקאב שליט''א מנהל ישיבה קטנה. דאן האט דער רב שליט''א משמיע געווען א הערליכן דרוש אויף די פרשה במשנתו פון רבין שליט"א און ממשיך געווען בדברי חיזוק והדרכה, ארויסברענגענדיג דעם קשר אמיץ פון די תלמידי הישיבה צום רבין וואס קוקט אזוי ארויס אויף זייער הצלחה מער ווי אלע סאטמארע ישיבות. בפרט האט דער רב דערמאנט אז די בחורים זענען באמת תלמידים פונעם רבין, האבנדיג די זכי' צו לערנען ביים רבי'ן אין 'ישיבה של מעלה' בעיר האבות סיגוט פארלאפענעם שבת שקלים.
Comments