דאנערשטאג פ' חקת בלק - י' תמוז תשפ"ג | קול בחצרות
א חשובע דעלעגאציע פון ראשי ישיבה אין אמעריקא זענען דער נאכט אנגעקומען קיין ארץ ישראל זיך צו טרעפן מיטן גאון רבי משה הלל הירש ראש ישיבת סלאבודקא, מיט בלויז איין טעמע אויפן אגענדא, די פראגע וועלכע מאטערט שוין יאהרן דאס יהדות הגולה אין במיוחד די ליטווישע קרייזן, נעמליך די שידוכים קריזיס אין בפרט די עלטערע בחורים אין מיידליך וואס פאלן ארויס ביי שידוכים.
די ראשי הישיבה אין אמעריקא זענען שוין געזעצן אויף מערערע אסיפות אין באראטונגען צו דיסקוטירן דעם ברעענדיגע נושא אבער אן ערפאלג.
א גרויס חלק פון דער פראבלעם באשטייט פון דעם אז כהיום איז איינגעפירט אין די ליטווישע קרייזן אז א בחור פארט ביי די 18 יאהר לערנען קיין ארץ ישראל אויף עטליכע יאר, און דעריבער הייבן זיי ערשט אן שידוכים ביי די עטליכע אין צוואנציג יאר.
נאכן דורכטוהן א צאל מעגליכע לעזונגען, איז געבליבן די החלטה ביי די ראשי ישיבות אין אמעריקע אז בלית ברירה מוז מען מאכן א סוף צום שפעטע געפאראכץ קיין ארץ ישראל. אין אפשר גאר עלימינירן א יאר אין חדר צו ישיבה כדי די בחורים זאלן קענען א יאר פריער פארן לערנען קיין ארץ ישראל.
כדי צו מכריע זיין אויף אזא אחריות'דיגער החלטה זענען ראשי ישיבות געקומען צו פארן קיין ארץ ישראל צו הערן דעם דעם תורה פון דעם פוסק אחרון דער סלאבודקא ראש ישיבה, צווישן די ראשי הישיבה ציילט זיך כ''ק האדמו''ר מנובומינסק שליט''א, הגאון רבי יהודה שוועי חבר מועצת גדולי התורה, אין נאך פראמינענטע ראשי ישיבות. דער זיצונג איז פארגעקומען היינט מיטאג במעונו פונעם סלאבודקא ראש ישיבה אין האט זיך פארצויגן העכער צוויי שעה ווי די ראשי הישיבות האבן דן געוועהן דעם נושא בכובד ראש.
Comments