top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

שמחה כפולה • חנוכת הבית פאר ביהמ''ד החדש קרעטנשיף אין ביתר אינאיינעם מיט שבע ברכות בחצה''ק קרעטשניף

דינסטאג פ' שלח - כ"ד סיון תשפ"ג | קול בחצרות

בילדער קרעדיט: ארי קופרשטוק


אין א גייסט פון שמחה וחדווה האבן חסידי קרעטשניף ותושבי ביתר נעכטן מאנטיג מיטגעלעבט די הערליכע שמחה כפולה ומכופלת, ווען עס איז געפראוועט געווארן די מעמד חנוכת הבית ופתיחת שערים פאר דעם נייע פראכטפולע בית המדרש דחסידי קרעטשניף בעיר התורה והחסידות ביתר תחת נשיאותו הרמה פון כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף שליט"א, ותחת הנהגתו פונעם רבינס זון הגה"צ רבי חיים מרדכי ראזענבוים אב"ד קרעטשניף ביתר וועלכע איז נישט לאנג צוריק אויפגענימען געווארן לעמוד ולשרת בקודש אלס רב ואב"ד הקהילה, די מעמד איז געפראוועט געווארן בקול צהלה ורינה ובהמון חוגג אין די גרויסע אודיטוריום אין שטאט קאמבענירט מיט די שבע ברכות לרגל השמחה במעונו פונעם רב שליט"א בנישואי בתו למזל טוב.


די מאורע האט זיך אנגעהויבן מיט די מעמד קביעת מזוזות ביים נייעם בית מדרש, ווען מען האט געהאט די זכיה אז די מנהיג העדה כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף שליט"א האט צום ערשטן מאל באזוכט בקרב הקהילה, און מופיע געווען בהדרו בשערי בית המדרש החדש, ווי די רבי האט זיך א לענגערע צייט זיך אומגעקוקט אויף די נייע בית מדרש מיט גרויס קורת רוח, צוזעענדיג דעם רחבות והדר וואָס שפּראַלט אַרויס פון יעדעס ווינקל, דערנאך האט די רבי געדאווענט מנחה, נאך מנחה האט די רבי משמיע געווען דברות קודש ודברי הדרכה פאר די בני הקהילה, דאן האט די רבי קובע געווען א מזוזה ביים הויפט אריינגאנג פונעם נייעם בית מדרש, און אויך מכבד געווען קובע צו זיין מזוזות בנו הגה"צ אב"ד קרעטשניף ביתר און די מעייר פון שטאט ר' מאיר רובינשטיין, דערנאך איז די רבי ארויף לבית בנו די רב הקהילה בבנין הבית מדרש ווי די רבי האט זיך אויפגעהאלטן ביז מעריב.


צו די באַשטימטע צייט האָט דער ציבור זיך געוואַשן צו די סעודה אינעם זאל, ווי אַ רייכע סעודה איז סערווירט געוואָרן כיד המלך, און אַ קלעזמער פון בעלי השיר האָבן מהנה געווען בזמרה, ווען אין לויף פונעם אָווענט איז געזינגען געוואָרן גאָר שיינע פּאַסיגע ניגונים, אָנגעפירט דורך די קרעטשניפער קאפעליע, אויך איז געהערט געווארן פרקי חזנות פונעם בארימטער בעל מנגן ר' ישראל אדלער.


בהדרת כבוד האט מען מקבל געוועהן כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף שליט"א וועלכע איז ענטפאנגען געווארן לקול תרועת הזמר, די יושב ראש המעמד הרה"ח ר' דוד משה הערשקאוויטש מחשובי חברי הקהילה האט געעפענט די מעמד מיט פאסיגע דיבורים, און דאן אויפגערופן די מעיאר פון שטאט ר' מאיר רובינשטיין אויפצוטרעטן מיט ווערטער, דאן האט די רבי שליט"א געשאנקען א מתנת קודש א זילבערנע בעכער פאר די מעיאר ר' מאיר רובינשטיין און פאר שלוחי דרבנן ר' מאיר פרוש כאות הכרת הטוב פארן שטיין לימין הקהילה מיטן אוועק שטעלן דעם מקום קדוש לתורה ולתפילה.


גאר הארציגע דברי חרוזין זענען געהערט געווארן פונעם חזן ר' ישראל אדלער וועלכע האט געשילדערט די השתלשלות הענינים פונעם קרעטשניפער הויף זינט די ביטערע צווייטע וועלטס קריג, די הרחבת הגבולים און די תלאות וטלטולים עד שהגיענו עד הלום.


שפּעטער האָט מען געהערט די הערליכע דרשה פון הגאון רבי אברהם שרגא שטיגליץ דומ"ץ צאנז ביתר ומגדולי רבני העיר וועלכע האט מקדם געווען בברכה די חשובע רב אין נאמען פון די פילע תושבי העיר און אַרויסגעברענגט די שמחה וואָס עס שפּירט זיך בקרב תושבי העיר צו מקבל פנים זיין די רב שליט"א וועלכע קומט אנפירן די קהילה הקדושה נאה וחסודה וואס איז אין א קורצע תקופה פארוואנדלט געווארן אלטס א תל תלפיות שהכל פונים אליו זיך אנצווארמען ביי די ווארימע תפילות אויפן קרעטשניפער שטייגער, דערנאך האט מען געהאט די זכיה צו הערן דברי ברכה פונעם מרא דאתרא הגה"צ רבי חיים ווייס גאב"ד ביתר.


בכבוד הראוי האט מען מקבל פנים געווען די געהויבענע זיידע פון כלה כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א וועלכע האט זיך מטריח געווען צו באשיינען די מעמד, די רבי שליט"א האט משמיע געווען דברות קודש און ארויסגעברענגט לשבחו פון די רב הקהילה, און די כח האבות הקדושים וועלכע באגלייטן איהם און די קהילה מיט א אויסטערלישע סייעתא דשמיא. מיטן בענטשן איז מכובד געווארן די פעטער כ"ק אדמו"ר מטרעבישאן שליט''א, און כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א האט געזאגט די שבע ברכות, נאכן בענטשן איז די גאנצע ציבור א דורך וואונטשן מזל טוב ביי מרנן האדמורי"ם שליט"א.


דער אויבן אָן איז געווען באַשיינט דורך די געהויבענע מחותנים און זיידעס און אדמורי"ם ורבנים דייני ומרביצי תורה פון די שכונה, צווישן זיי האדמורי"ם מזוועהיל, דינוב ביתר און הארנסטייפל, די מרא דאתרא הגה"צ רבי חיים ווייס גאב"ד ביתר, הגה"צ רבי ישראל ברזובסקי אב"ד סלונים ביתר, הגה"צ רבי מרדכי האלפרין רב קהל חסידים ביתר, הגאון רבי אברהם שרגא שטיגליץ רב חסידי צאנז אין ביתר, אזוי אויך הגה"צ רבי מתתי' דייטש גאב"ד רמת שלמה און די פעטער'ס האדמורי"ם מטרבישאן - טשערנוביץ און מיאלען.


















































Commenti


bottom of page