זונטאג פ' חקת בלק - ו' תמוז תשפ"ג | קול בחצרות
בילדער קרעדיט מערכת סאטמאר
ויוציאו את-בן-המלך ויתנו עליו את-הנזר וימליכו אתו
א געהויהענער און היסטארישער שבת של שמחה איז געפראוועט געווארן אינעם עיר הצדק קרית יואל רבתי, ביים שבת שבע ברכות פון נכדת כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א בת בנו הגדול הגה"צ אב"ד סאטמאר ירושלים שליט"א, במקהלות אלפי חסידים ואנשי מעשה וואס האבן זיך געווארעמט במשך דעם יום קדוש מבואו ועד צאתו ביי די געהויבענע תפלות און לעכטיגער טיש וואס האט זיך פארענדיגעט מיטן הייליגען מצוה טאנץ אינאיינעם מיט די ערשטע שטראלן פונעם זון אויפגאנג, והעולה על כולנה דער געווייקטער שלש סעודות בעת רעוא דרעוין, ווען דער גאנצער ביהמ"ד האט זיך לובש געווען במדורת אש קודש פאר לאנגע שעות נאכאנאנד בייי די זמירות ודברי אלקים חיים נאכפאלגענדיג דער היסטארישער מאמענט בקורת ימי סאטמאר, ווען הרה"ח ר' יעקב מנחם דייטש הי"ו חבר הנהלת הקהלה רופט אויס בקול רגש דער בשורה טובה ומשמחת בעת דער מעמד ברנה יגילו אז קרית יואל וועט האבן די זכי' לשכון כבוד בארצינו און הגאון הצדיק אב''ד סאטמאר ירושלים שליט"א נעמט אן דעם עול הרבנות בברכתו ובעידודו פון אביו הגדול כבוד קדושת האדמו''ר מסאטמאר שליט"א, וואס האט ממנה געווען בנו בכורו וחביבו לעמוד לשרת בקודש אלץ דער איש על העדה בהנהגת הקהלה והמוסדות קרית יואל, וואס דאס איז בנוסף צום ירושלימ'ער רבנות, ער האט טאקע איינגעמאלדען אז דער רב שליט"א וועט ארויסקומען במשך די זוממער וואכן בקרב קהל עדתינו און שוין אנגעהויבן פון קומענדיגער וואך וועט פארקומען אינמיטן די וואך אסיפת ראשי מנהלי הקהלה והמוסדות, און וועכענטליכע זמני קבלת קהל לעצה ולתושי'.
דערנאך האט מען געהאט די זכי' צו הערן ברכת הקודש פונעם רבי'ן שליט''א וואס האט בתוך דבריו אנגעוואונטשען בנו הגדול הגה"צ דער רב שליט"א ער זאל זוכה זיין צו זיין דער בחינה פון מוסיפין על העזרה און מוסיפין על העיר ברוב הצלחה וסייעתא דשמיא לעמוד לשרת כאיש על העדה אשר יצא לפניהם ואשר יבוא לפניהם, וואס האט נאכגעפאלגט מיט דברי רגשי קודש פונעם רב שליט''א וואס האט ארויסגעברענגט אז דער שמחה וואס מען שפירט אינאיינעם מיט אזויפיל טויזענטער חסידים תלמידים כבנים פונעם טאטן זאל זיין געזונט, וואס מיר אלע זענען דא ממלא צו זיין רצון קדשו און האט אויסגעפירט אז דער סייעתא דשמיא וואס מען האט געשפירט ביז אהער זאל וויטער באגלייטן, און במיוחד דער כח המשלח דער רבי שליט''א זאל מיטשטיין אויף טריט און שריט פאר די הנהלת הקהלה והמוסדות עסקני ונאמני הקהלה, שתשרה שכינה במעשי ידיכם ובמעשי ידינו, עד ביאת הגואל.
ווי פון זיך אליין האט זיך דער ציבור איינגעהילט ברגשי ששון והתעלות ווען מען זעהט דעם חסד הניתן על פני כל הקהל הקודש וואס האבן בקול אדיר וחזק אויסגעבראכן אינעם זעקסטען הקפה ניגון, בעת ווען מען זעהט דעם אב ובנו שרואה את החודש און דער רבי שליט"א כאפט אן בנו הגדל וחביבו אב''ד סאטמאר ירושלים שליט"א און גייט אריין און א פייערדיגע ריקוד וואס שלעפט אריין גרויס און קליין אין א עקסטאז וואס סאטמאר האט נאכנישט געזעהן אירס גלייכן.
Commentaires