דאנערשטאג פ' ראה - כ"ג אב תשפ"ג | קול בחצרות
אין קרית ויזניץ בני ברק ווערן געמאכט די לעצטע הכנות שטייענדיג געציילטע טעג איידער עס וועט פארקומען די גרויסארטיגע שפיל "פיר און צוואנציג שעה מיט אמונה", א שפיל מלא תוכן ותענוג רוחני, אריינצובאקן אמונה און בטחון אין די יונגע הערצער, בברכתו ובעידידו פון מרן אדמו"ר מויזניץ שליט"א, ובהדרכתם פון די דיינים ומורי הוראה פון קהילות ויזניץ איבער גאנץ ארץ ישראל.
די עסקני הקהילה ארבעטן שוין לענגערע יארן אויף דעם פראיעקט, פארצושטעלן א רייכע און העכסט אינטערסאנטע שפיל פאר די ילדי חן, וואס זאל אריינברענגען דעם כח האמונה אין די ריינע הערצער. ספעציעל נאך וואס די חסידים טוען איבער'חזר'ן כסדר דעם רבינ'ס ווערטער וואס די רבי האט זיך אויסגעדריקט פארן דאקטער דעם ווינטער איידער די אפעראציע "א איד וואס לעבט מיטן אויבערשטן פיר און צוואנציג שעה, האט נישט פון וואס צו מורא האבן".
אין די לעצטערע וואכן זענען די עסקנים און אנפירער פון די שפיל ארויף צו די חברי הביד"ץ פון די וויזניצע קהילה, און ערהאלטן א קלארע הסכמה און ווארעמע וואונטש פון די גאוני הדור, מ'זאל מצליח זיין אויף דעם הייליגן תפקיד. די דיינים האבן אדורכגעקוקט דעם גאנצן תוכן און אפגעשריבן א ספעציעלע מכתב הסכמה. אזוי אויך איז ערהאלטן געווארן א ספעציעלע ברכת הקודש פונעם מנהיג העדה מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א, דירעקט איבערגעגעבן דורך בנו הגדול הגה"צ ר' חיים מאיר האגער שליט"א אב"ד קרית ויזניץ.
די גרויסארטיגע שפיל וועט פארקומען אין די פראכטפולע היכל הטישן אין קרית ויזניץ בני ברק, דעם קומענדיגן דינסטאג כ"ח אב, איידער די ענדע פון ימי בין הזמנים. צוליב די ריזן ערווארטעטע ציבור וועט די שפיל פארקומען צוויי מאל דורכ'ן טאג, איין מאל אין די מיטאג שעה'ן, און נאכאמאל אין די פארנאכט שעה'ן. די מיטאג שפיל וועט זיין געאייגענט פאר די קינדער פון בני ברק, חיפה, עפולה, בית שמש, און ביתר, און די נאכט שפיל וועט זיין געאייגענט פאר די קינדער פון אשדוד, אלעד, בראכפעלד, און ירושלים, ווען אלעס וועט ווערן באגלייט דורך א חשובע קבוצה פון מחנכים און מלמדי תשב"ר.
Comments