דינסטאג פ' בראשית • כ"ה תשרי תשפ"ד | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: יהושע פרוכטר, כל הזכויות שמורות
א געהויבענעם יו''ט סוכות אין שמיני עצרת איז פאראיבער בחצר הקודש וויז'ניץ. מאנטאג דעם ערשטן טאג חול המועד געפראוועט געווארן אינעם סוכה הגדולה די שמחת התנאים לרגל די שידוך שליסן פון אן אייניקל ביי כ''ק האדמו''ר מוויז'ניץ שליט''א, די כלה א טאכטער ביי בנו יחידו הרה"צ רבי חיים מאיר האגער חתן כ״ק אדמו"ר מספינקא שליט"א מיט די חתן א זון פון הגה"צ רבי חיים יוסף פריעדמאן שליט"א אב"ד ברעזשאן בן הגה״צ אב"ד אולם שליט״א וחתן הגה''צ אב"ד זאליזשא שליט״א.
פילצאליגער אישי ציבור, עסקנים אין כלל טוה'ער האבן זיל אנגעזעהן ביי די מעמדי שמחת בית השואבה דורכאויס די ימי חול המועד. מיטוואך נאכט איז די רבי שליט''א נישט אריינגעקומען צום טיש אין שמחת בית השואבה צוליב א שוואכקייט, אין ביום הושענה רבה האט זיך די רבי שליט''א ווידער באנוצט מיטן היסטארישער קיטל פון זקינו דער 'אהבת שלום' זי''ע.
Comments