top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

פייערליכע שטימונג ביי תלמידי וחסידי סאטמאר צו "סאטמארע חתונה" אין נאכפאלגענדע שבת שבת ברכות אין קר"י

דאנערשטאג פ' שלח - כ"ו סיון תשפ"ג | קול בחצרות


א פלייץ פון שמחה וחדוה דקדושה נעמט אַרום פילע טויזנטער סאַטמאַרער תלמידים וחסידים תלמידי וחסידי סאַטמאַר איבער גרעיטער ניו-יאָרק ובכל מקומות מושבותיהם, זיך גרייטנדיג צו דער געהויבענער שמחה בביתו נאוה קודש פונעם מנהיג העדה כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א וואָס וועט געפּראַוועט ווערן קומענדיגן מאָנטאָג פ׳ קרח, ווען עס וועט גיין אינטער די חופה דעם רבינס אייניקל די כלה בת לבנו הגדול הגה"צ אב"ד סאטמאר ירושלים שליט"א מיט די חתן זוהן פון הרה"ג רבי יואל יושע העשיל האַלברשטאַם שליט"א, בן הגה"צ רבי אברהם שליט"א אבדק"ק וראש הכולל מנחת חינוך טאַרטיקוב, און איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מבני תורה צאנז, וכל הקהל הקודש אלופי אלפי חסידי סאטמאר וועלן זיך מיטפרייען מעומק הלב בשמחת בית צדיקים, בקול רנה ותודה המון חוגג, ובכן צדיקים יראו וישמחו וישרים יעלוזו וחסידים ברנה יגילו!


ווי געזאָגט וועט די געהויבענע רבי׳שע שמחת החתונה אָפּגעראָכטן ווערן אויף אַ מלכות׳דיגן פייערליכן פאַרנעם דעם קומענדיגן מאָנטאָג אינעם תל תלפיות ביהמ״ד הגדול סאטמאר אין וויליאמסבורג, די געטרייע עסקני ק״ק סאַטמאַר אין וויליאמסבורג, אין די ראַמען פון דער באַרימטער ״בצל תומר״ קערפּערשאַפט וועלכע האָבן באַוויזן אַהערצושטעלן אַ סוקסעספולן כח העסקנות אָנצופירן מיט די אַלע גרעסערע מאורעות בקרב הקהילה זענען אַצינד העפטיג איינגעשפּאַנט פאָרצוברייטן די שמחה גדולה, איינשטעלנדיג פרישע פילע שינויים לטובה אינעם סדר און אויסשטעל פון דער שמחת החתונה, צו פאַרזיכערן אַז אַלעס קלאַפּט אויפ׳ן שענסטן פאַרנעם.


אין לויף פון די געהויבענע ימי השמחה, ווערט ערוואַרטעט די אָנוועזנהייט פון אַ הערליכער ציבור חסידי סאטמאר פון ארצינו הק’, הויפּטזעכליך פון ירושלים עיר הקודש, וועלכע טוען מאַכן דעם לאַנגן וועג מהתם להכא, צו אַנטייל נעמען בשמחת רבם ומאורם כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, במעונו פון בנו הגדול הגה״צ דער רב הקהילה שליט״א צו וועמען זיי זענען צוגעבונדן בכל נימי נפשם ולבבם, מיט אַ זעלטענער התקשרות בעבותות אהבה עזה, און די יעצטיגע שמחה הגדולה איז ביי זיי אלע ווי אַ פּערזענליכע שמחה.


מטעם די עסקנים ווערט צוגעשטעלט "כבוד הציבור" פאַר די געסט אויף אַ הערליכן פאַרנעם מבואם ועד צאתם, ווען עס ווערט צוגעשטעלט אש״ל מלא מיט אַלע צוגעהערן, אַזוי אויך טראַנספּאָרטאַציע פונעם לופטפעלד פאַר די וואָס קומען צו פאָרן אינאיינעם אין גרופּעס.


נאָך די געהויבענע שמחת החתונה במקהלות אלפים וועט נאָכפאָלגן אַ "שמחה'דיגע וואָך", מיט די שבעת ימי השמתה, מיט׳ן קלימאַקס פונעם געהויבענעם שבת של שמחה, ״שבת שבע ברכות״, וואָס וועט אי״ה אָפּגעראָכטן ווערן צום ערשטן מאל אינעם קרית מלך רב, קרית יואל רבתי עם, במקהלות אלופי אלפי תלמידים וחסידים הששים ושמחים בשמחת רבם ומאורם, ובשמחתו פון מורה דרכם הגה"צ אב"ד סאטמאר ירושלים שליט"א


שוין וואָכן לאַנג וואָס די ראשי הקהלה מיט די עסקנים פון ״נאמני הקהלה״ באַזע פּלאַנירן אויס אַלע דעטאַלן, איבערהויפּט וויאַזוי צו אַקאָמאָדירן דעם שבת קודש, אויסצושטעלן דעם גרויסן ביהמ״ד במשך אַלע מאורעות פונעם שבת, און במיוחד פאָרצוברייטן וויאַזוי אויפצונעמען די אַלע חשוב׳ע געסט, די בני המשפחה, און די פילע אורחים הנכבדים המתאספים ובאים מכל מקומות מושבותיהם, אַלעס צוצושטעלן בכבוד הראוי


אין די זעלבע צייט מאַרשירט די מאַסיווע בוי-אַרבעט ביים ביהמ״ד הגדול, אויף אַלע שטאָקן פונעם נייעם פליגל, ״בנין אליהו״ צו פאַרענדיגן דאָס צונויפשמעלצן דעם היכל הגדול והי׳ למשכן אחד, און פּרעכטיג פאַרענדיגן די אַנדערע שטאקן וואָס וועלן אי״ה אַריינגיין אין באַנוץ במשך דעם שבת של שמחה הבעל״ט.


צו דער זעלבער צייט איז מזה ומזה אל תנח ידך ווען די הנהלת הקהלה און ועד קרן הבנין טוט פּראַכטפול פאַרענדיגן דעם פערטן שטאָק פונעם בנין, וואָס וועט דינען אַ גאָר שטאַרקע פונקציע במשך דעם שבת קודש ווען מ׳וועט דאָרט צושטעלן די סעודות שבת קודש פאר די חשוב׳ע געסט, סיי בליל שבת קודש און סיי בצפרא דשבתא ווען מ׳וועט האָבן די זכי׳ אז די רבי שליט״א וועט מיטעסן די סעודה שבת שבע ברכות ביחד עם העם הנאספים, ברוב עם הדרת מלך.


שמחו בה' וגילו צדיקים והרנינו כל ישרי לב.


*

אַלע שטאָקן פון "ביהמ"ד הגדול-בנין אליהו״ פיבערן מיט מאַסיווע אַרבעטס-קראַפט צו פאַרענדיגן נייעם פליגל מיט פּרעכטיגע השלמה לקראת דעם געהויבענעם שבת קודש קרח הממשמש ובא שבת של שמחה בחצר הקודש.













Comments


bottom of page