זונטאג פ' ראה - י"ט אב תשפ"ג | קול בחצרות
בילדער קרעדיט: סאטמארע נייעס
די וואך מיטוואך האט כ"ק האדמו"ר מסאטמאר שליט"א אפגעשטאט א באזוך בבית הגה"צ רבי יואל הלברשטאם שליט"א רב ביהמ"ד דקהל יטב לב שכונת בלומינגראוו, וואו עס זענען געווען פארזאמעלט אויך אחיו הרבנים הגאונים שליט"א, נאכ'ן ערשיינען אויפ'ן ביה"ח ככלות השבעה נאך די פטירה פון אביהם הגדול כ"ק הגה"צ רבי זלמן הלברשטאם זצ"ל אבדק"ק טשאקאווא, וועלכער איז ליידער אוועקגעריסן געווארן ביום המר תשעה באב, וירב בבת יהודא תאני' ואני'.
במשך די וואך פון די ימי השבעה האבן פילצאליגע אידן געשטראמט צו ניחום אבלים, וביניהם האט דער סאטמאר רבי זיך פארבינדן טעלפאניש פון בעטלהעם, ניו העמפשיר, מנחם אבל צו זיין די בני משפחה.
אצינד בעת דער רבי שליט"א האט זיך אומגעקערט אהיים פון אפרוה, איז דער רבי צוגעפארן אויף א באזוך ביי די קינדער פונעם טשאקאווער רב זצ"ל, אין שטוב פון בנו הגה"צ רבי יואל שליט"א, ביי וועלכן עס האט זיך אנטוויקעלט א שיינער שמועס איבער זייער געהויבענעם פאטער און איבער פארשידענע מנהגים פון אבלות, סיי אבלות נאך די פטירה פון קרובים, און סיי בעניני אבלות פון תשעה באב, ובפרט איבער די מנהגים פון הנחת תפילין אום תשעה באב, וויאזוי מען האט זיך געפירט בבית אבותיו הק' און נאך פארשידענע ענינים.
א לענגערע צייט האט דער רבי שליט"א מחזק געווען די בני משפחה, און מאציל געווען מברכת קדשו צו קענען ממשיך זיין די געהויבענע דרכים פון זייער פאטער זצ"ל.
Comments