מיטוואך פ' מטות מסעי - כ"ג תמוז תשפ"ג | קול בחצרות
א דראמא האט זיך נעכטן אפגעשפילט ווען די פריוואטע פליגער פון כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א קיין שווייץ, האט זיך אנגעשטויסן אין נאכאנאנדע טעכנישע פראבלעמען און דער רבי מיט די פמליא זענען הערשט אנגעקומען צום אכסניא היינט מיטוואך אינדערפרי נאך פארשידענע טלטולי דרכים.
ווי ברייט באריכטעט דא אויף 'קול בחצרות', איז די ארגינאלע פליגער פון כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א קיין שווייץ אפגערופן געווארן צוליב מאכאנישע פראבלעמען און די עסקנים האבן ארויסגעדינגען א פריוואטע פליגער מיט וואס דער רבי איז אפגעפלויגן קיין שווייץ. די פלאן האט געלויטעט אז די פליגער וועט לאנדען אין שטאט ציריך אין שווייץ, אבער נאכן זיך הייבן האט זיך ארויסגעשטעלט אז צוליב די פארשפעטיגונג וועט מען שוין נישט אניאגן צו לאנדען אינעם לופטפעלד אין ציריך אין אזא שפעטע שעה, האבן די פיילאטן געטוישט פלענער און עס האט געהייסן אז מ'וועט לאנדען אין שטאט באזל אין שווייץ, א וועג פון צוויי אהאלב שעה אוועק פונעם אכסניא. אויפן וועג קיין באזעל האט מען זיך אבער דערזעהן מיט א פרישן פארבלעם נאך וואס דער לופטפעלד באאמטע האבן נישט געגעבן קיין ערלויבעניש צו לאנדען צוליב די שטורמישע וועטער אין די שווערע רעגן וואס האט זיך אראפגעלאזט אין באזל.
נישט האבנדיג קיין ברירה האבן זיך די פאליאן געגרייט צו לאנדען אין מילאנא איטאליע, א וועג פון 4 שעה צו פארן צום אכסניא אין דאבוס, דא האט מען זיך אבער ווידער דערזעהן אין א פראבלעם נאכדעם וואס מ'האט זיך נישט געראכטן אז דער רבי וועט לאנדען אין איטאליע און עס איז נישט געוועהן א דרייווער אין די געגענט וועלכע זאל אפנעמען דעם רבי'ן פון לופטפעלד צו די אכסניא. נאך א קורצע צייט האבן זיך די עסקנים דערוויסט איבער עטליכע ביזנעסלייט חסידי גור וועלכע געפינען זיך פונקט אין מילאנו פאר ביזנעס צוועקן און האבן זיך אנגעטראגן צו פירן דעם רבי'ן און די פמליא אריבער די גרעניץ קיין שווייץ. זיי האבן זיך באלד ארויסגעלאזט צום לופטפעלד אין אויך אלאמירט די ארטיגע חב"ד שליח פון מילאנא וועלכע האט זיך אריינגעלייגט בעובי הקורה אין ארויסגעהאלפן מיט אלע נויטיגע עסקנות. אום 1 אזייגער אויפדערנאכט האט דעם רבינ'ס פליגער געלאנדעט, די רבי מיטן פמליא האבן געדאווענט מעריב אינעם לופטפעלד אין דערנאך זיך ארויסעגלאזט אין וועג צום אכסניא אין דאבוס, עס איז שוין געווען קרוב צו זיבן אזייגער צופרי ווען די רבי און די באגלייטער זענען ענדליך אנגעקומען קיין דאבוס, נאך א לאנג פארצויגענעם טאג אונטערוועגנס.
דער רבי שליט"א ביים אנקומען אינעם לופטפעלד אין מילאנא איטאליע.
Comments