פרייטאג פ' עקב -י"ז אב תשפ"ג | קול בחצרות
מיט פרייד איז נעכטן געפראוועט געווארן די שמחת הברית מילה לבן הנולד ביי כ"ק אדמו"ר ממיאלען שליט"א, בבית מדרשו אין קרית גת מיט די באטייליגונג פון פילצאליגע חסידים און מעריצים, בראש השמחה האט מפאר געווען דעם רבינ'ס פעטער כ"ק אדמו"ר מפרמישלאן שליט"א וועם די רבי האט מכבד געוועהן מיט סנדקאות און ברכות, ויקרא שמו בישראל 'יחזקאל שרגא' נאכן זיידן הרה''ק רבי יחזקאל'ע מערץ זי''ע, מיט עמידה לברכות איז מכובד געווארן די פעטער כ"ק אדמו"ר מראדושיץ שליט''א, און מיט כסא של אליהו איז מכובד געווארן די פעטער כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף טשערנוביץ שליט"א.
דערנאך האט מען זיך געוואשן צום סעודת הברית וואס איז פארגעקומען ברוב פאר והדר ובכלי שיר, ביים סעודה האבן אויפגעטראטן מיט ווערטער די פעטער כ"ק אדמו"ר מראדושיץ שליט"א, און הגאון ר' משה נחשוני רב פון ראשון לציון, ביים סעודת ברית האבן זיך אנגעזעהן די רבני העיר קרית גת און נאך רבנים ואנשים חשובים וועלכע זענען געקומען זיך מיטפרייען בשמחתו פונעם רבי'ן שליט''א.
מען האט געזינגען ניגוני שבח והודאה, אין א נייע ניגון אויף די ווערטער 'אני מאמין' וואס די רבי האט פארפאסט לכבוד די שמחה שטייענדיג נאך די ימי בין המצרים, מיטן בענטשן האט די רבי מכבד געוועהן גיסו הרה"צ רבי שמואל הערש מאסקאוויטש בן כ"ק אדמו"ר ממעליץ, און די הרחמנ'ס האט געזאגט די פעטער כ"ק אדמו"ר מטרעבישאן שליט"א, נאכן בענטשן האט מען זיך ארויסגעלאזט אין ריקודין בתוף ומחול פאר א לענגערע צייט.
Comments