top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

העפטיגע צוגרייטונגען צו ענטפאנגען רבבות ישראל צו די 8'טע יומא דהילולא פון הרה"ק מטאהש זי"ע

מוצאי שבת פ' עקב -י"ח אב תשפ"ג | קול בחצרות


פארברייטונגען זעהט זיך אן אין די הייליגע שטאט "קרית טאהש" יע"א, זיך גרייטנדיג צו אקאמאדירן דעם ריזן ציבור לאלפים, וועלכע וועלן קומען צופארן דעם קומענדיגן מאנטאג פרשת שופטים, ז"ך אב, ווען עס געפאלט אויס די אכטע יומא דהילולא קדישא פונעם רבן אוהבן ועמוד צלותהון של ישראל, הרה''ק מטאהש זי"ע.


די טאג וועט זיין א חטיבה אחת פון התרוממות דקדושה ביי די געהויבענע מעמדים בצל הקודש פון בנו מ"מ כ"ק אדמו"ר מטאהש שליט"א אנגעהויבן פון די סעודת הילולא בליל ההילולא, נאכפאלגנדיג מיט שחרית, מסיבת לחיים און די עליה לציון הק'. ספעציעלע באסעס וועלן פארן פון אלע געגענטער פון ניו יארק זונטאג צופרי און צוריקקומען זונטאג ביינאכט נאכן טיש ואמירת תהלים. פאר רעזערוואציע און אינפארמאציע רופט 514-582-6380.


דורכאויס דעם טאג, וועט זיין צוגעשטעלט געשמאקע סעודות פאר די געסט, פרישטאג'ס מיטאג'ס און נאכטמאהל'ס כסדר'דיגע איבערבייס און צידה לדרך, בביתו נאוה קודש פון טאהשער רבי'ן שליט"א רחוב בית הלוי. צו רעזערווירן חדרי לינה אויף די ימי ההילולא זונטאג-מאנטאג, רופט די ספעציעלע אש"ל נומבער 514-582-6380.


דער מאיעסטעטישע אוהל הקדוש כלול בהדרו ווערט ספעציעל אויסגעשטאט ליומא דהילולא מיט אלע צוגעהערן, אז די תפילות ותחנונים ביים ציון הקדוש זאלן פארקומען מיט מער מנוחת הנפש הרחבת הדעת.


אויך האט "חברה קדישא" דקהל אור החיים ד'טאהש צוגעשטעלט ספעציעלע צייטן פאר די חשובע פרויען צוצוגיין צום ציון הקדוש מתפלל צו זיין. דער זמן בלויז פאר די נשים איז זונטאג כ"ו אב פון 10:00 ביז 5:30 נאכמיטאג. פון דאן ביז דינסטאג צופרי 9:00 וועלן נשים נישט ארויפגעלאזט ווערן צום ציון הקדוש.


ספעציעלע כוחות ווערט אריינגעלייגט דורך די עסקנים פון "שומרים דקרית טאהש" צו צושטעלן אז דאס צוטריט צום הייליגן ציון זאל זיין דאס מערסטע גרינג ווי ווייט מעגליך פאר יעדן יחיד. און כדי די גרויסע פארקער זאל נישט פארשווערן דעם טראפיק אין שטאט, איז דעזיגנירט געווארן ספעציעלע פארקינג ערטער פאר די קארס. ספעציעלע באקוועמע שאטעל'ס וועלן קורסירן דורכאויס די שטאט, במשך דעם גאנצן טאג, כדי ארויסצופירן צום ציון הקדוש און צוריק אין שטאט.


ויושר יליצו בעדינו חיות אש






Comments


bottom of page