top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

אודך בקהל רב • האד' ממבקשי אמונה אפגעראכטן סעודת הודאה להודות ולהלל נאכן אהיימקומען פון שפיטאל

דינסטאג פ' מטות מסעי - כ"ב תמוז תשפ"ג | קול בחצרות

בילד קרעדיט: איציק ו. בחדרי חרדים


אן התרגשותדיגע מעמד סעודת הודאה איז פארגעקומען היינט נאכמיטאג בעיה"ק ירושלים דורך כ"ק אדמו"ר ממבקשי אמונה שליט"א צו דאנקען און לויבן דעם אויבערשטן על כל רחמיו וחסידיו נאכן צוזאמפאלן די פארלאפענעם שבת קודש פר' חקת וויילנדיג אין בית שמש ווי די רבי איז בחסדי שמים געראטעוועט געווארן ממוות לחיים, עס איז פארגעקומען בביתו נאווה קודש פונעם רבינ'ס שווער כ"ק אדמו"ר מקאסוב ירושלים זצ"ל אויף רח' חגי אין ירושלים.


מען האט געזינגען ניגוני שבח והודאה און די רבי שליט"א האט משמיע געווען דברות קודש און געשילדערט די השתלשלות הענינים פון יענעם שווערע מינוט וואס ער איז צוזאמגעפאלן און איז אפגעפירט געווארן אין שפיטאל אין גאר א שמאלן מצב, די רבי האט ציטירט וואס די דאקטורים האבן מעיד געוועהן אז די רבי איז אנגעקומען ממש אין די לעצטע רגעים, אין איז למעלה מדרך הטבע געראטעוועט געווארן ממוות לחיים.


דערביי האט די רבי אפגעגעבן א שבח והודייה פארן בורא כל עולמים על כל החסד אשר עשה ועל אשר היגיענו עד הלום זיך ריקנדיג פאראויס צו א גענצליכע ערהוילונג בסייעתא דשמיא. דאן האט די רבי פארגעזאגט נשמת מיט גרויס התרגשות, און די ציבור המשתתפים האט ספאנטאן זיך ארויסגעלאזט אין פייערדיגע טענץ להודות ולהלל.


















Commentaires


bottom of page