דאנערשטאג פ' ואתחנן - ט' אב תשפ"ג | קול בחצרות
שקולה מיתת צדיקים כשריפת בית אלוקינו
מיט גרויס צער און טרויער ווערט אויפגענימען די ביטערע בשורה איבער די הסתלקות לשמי מרום פון רב האי גאון וצדיק פאר מקדושים שלשלת היוחסין הגאון הצדיק רבי יקותיאל זלמן הלברשטאם זצ"ל אב"ד טשאקאווע מפארי הרבנים בעיר ואם בישראל וויליאמסבורג וועלכע איז יעצט צופרי נסתלק געווארן אין גי קאלאמביע שפיטאל אין מאנהעטן אין עלטער פון 69 יאהר, נאכן מיטמאכן שווערע יסורים אין די לעצטע שטיק צייט.
די רב זצ"ל איז געווען די עלטסטע זון פון הגה"צ המפורסם רבי משה הלברשטאם זצוק"ל חבר בד"ץ העדה החרדית ובעל 'דברי משה' און אן איידעם ביי הגה"צ רבי חיים ראזנבערגער זצ"ל אב"ד דיערעש.
די לוי' גייט ארויס היינט 1:30 נאכמיטיטאג פון ביהמ''ד דיערעש אויף דיוויזאן עוו. אין וויליאמסבורג אין שפעטער אום 5:00 נאכמיטאג אויפן בית החיים אין קרית יואל ווי די רב וועט קומען לקבורה.
שנשמע ונתבשר בשורות טובות.
Comments