זונטאג פ' ואתחנן - ה' אב תשפ"ג | קול בחצרות
בילדער קרעדיט: יהודה פרקוביץ
הונדערטער חסידי בוהוש אין תושבי בני ברק האבן היינט באגלייט למנוחת עולמים הרבנית הצדקנית בת קדושים מרת שיינדל שרה דבורה פרידמאן ע''ה אלמנת הרה"צ רבי ישראל שלום יוסף פנחס זצ"ל בתו היחידה פון כ"ק אדמו"ר הרה''ק רבי יצחק מבוהוש זי''ע, אין אמה של מלכות פון כ"ק אדמו"ר מבוהוש שליט"א.
אום 11:00 פארמיטאג איז די מיטה אנגעקומען צום רחבת בית מדרש הגדול בוהוש אויף רח' חגי אין בני ברק, ווי הרה''ג ר' לייבל טוביאס רב חסידי בוהוש האט פארגעזאגט פרקי תהילים, דאן האט בנה יחידה כ"ק אדמו"ר מבוהוש שליט"א געזאגט די ברכה פון דיין האמת און געריסן קריעה כדת וכדין, און דערביי געזאגט קדיש מיט גרויס בכיות.
פון דארט האט מען באגלייט די מיטה ברחובה של עיר ווען בראש המלווים זעהן זיך אהן כ"ק אדמו"ר מבוהוש שליט''א, אין זיין שוואגער כ"ק אדמו"ר מביאלא רמת אהרן און די מחותנים האדמורי"ם משבט הלוי - וואסלוי - הגאון רבי מרדכי אויערבאך אב"ד אביר יעקב תל אביב - און הגה"צ אב"ד מאקאווא אשדוד, די רעבעצין ע"ה איז געקומען לקבורה בחלקת בית רוזין אויפן בית החיים נחלת יצחק אין גבעתיים סמוך ונראה צום ציון הק' פון איר גרויסן פאטער די בוהוש'ער רבי זצ''ל, ביי די קבורה האבן זיך אויך אנגעזעהן כ"ק אדמו"ר מבאיאן שליט"א, און מחותנה כ"ק גאב"ד מאקאווא שליט"א.
די רעבעצין ע"ה איז געבוירן געווארן חודש טבת תרצ"ו אין שטאט בוקערסט אין ראמעניע אלס איינציג קינד צו איר גרויסן פאטער הרה"ק רבי יצחק מבוהוש זי''ע וועלכע האט דאן אנגעפירט זיין הויף אין בוקארעסט און צו איר מוטער הרבנית טאכטער פון הרה"ק רבי מנחם מענדיל מבוהוש זי''ע, משני הצדדים האט די רבעצין עטליכע מאל געצויגן איר גרויסער יחוס ביז צום קדוש ישראל די הייליגער רוזינע'ר זי"ע.
שוין פון יונגווייז אן איז די רעבעצין געשטאנען לימין קדשו פון איר גרויסן פאטער מיט א זעלטענעם איבערגעבנקייט און מסירות נפש בפרט בימי הרת עולם בשעת די ביטערע צווייטע וועלטס קריג האט זי גענימען א חלק אין זיינע פעולות נשגבות מיטן ראטעווען אומצאליגע אידישע קינדער בימי צר ומצוק דארט אין בוקארעסט, די רעבעצען האט ארויסגעהאלפן מיט די ווירטשאפט אין שטוב ווי פילע אידן צווישן זיי גדולי ישראל האבן זיך אויסבאהאלטן אין זיך אויפגעהאלטן אין די שווערע זמנים. שפעטער ביים ארופקימען קיין ארץ ישראל בשנת תש"י איז זי ווייטער געשטאנען צו זיין רעכטע היינט בעוז ותעצומות, אוועקצושטעלן די מוסדות הקדושים דחסידי בוהוש בארץ הקודש, און למען בריאות גופו הטהור פון איר פאטער.
בשנת תשט"ו האט זי חתונה געהאט מיט איר מאן אין נאנטער קרוב הרה"צ רבי ישראל שלום יוסף פנחס פרידמאן זצ"ל זוהן פון הרה"ק רבי יעקב דוד מפאשקאן זצ"ל, ווי זיי האבן אינאיינעם אויפגעשטעלט דעם שיינעם שטוב דור ישרים מבורך בנין וחתנין רבנן ההולכים בדרכי האבות הק' לשם ולתהילה. די רעבעצען האט זוכה געוועהן צו דעם 'עולמך תראה בחייך' זעהנדיג די המשכת שלשלת הקודש ביי בנה יחידה כ"ק אדמו"ר מבוהוש שליט"א וועם זי האט באגלייט אויף טריט אין שריט אין ארויסגעהאלפן מיטן אויפבוי אין די אנטוויקלונג פון די בוהושער הויף.
די רעבעצין איז געווען אויסגעצייכנט מיט אירע געוואלדיגע מידת החסד האבנדיג אן אוזן קשבת פאר פילע נשברי לב ומרי נפש, און מיט אירע חכמת החיים און זעלטענע אצילותפלעג זי משכין זיין שלום בין איש לאשתו ובין אשה לרעותה.
אין די לעצטע תקופה איז די רעבעצין געוועהן שטארק אפגעשוואכט און געליטן שווערע יסורים, ויהי ידיה ולבה אמונה עד בוא השמש ווען רבים וטובים זענען ארויפגעקומען באקומען אירע ווארימע ברכות און דברי חיזוק ואמונה, אין ביז איר לעצטע טעג - ותשחק ליום אחרון האט די רעבעצין ארויסגעברענגט רגשי לבבה בשבח והודאה צום בורא עולם זעענדיג דעם עולם חרוב ועולם בנוי און אין דעם שיינעם משפחה זרע ברך ה' וואס זי האט איבערגעלאזט.
תהא נשמתה צרורה בצרור החיים.
Opmerkingen