top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

גערער ישיבות אין דרום ארץ ישראל ווערן איינקווארטירט אין ירושלים אין ליכט פון שווערע מלחמה צושטאנד

מיטוואך פ' בראשית • כ"ו תשרי תשפ"ד | בחצרות הקודש


אין א דראמאטישע שריט איז נעכטן געמאלדן געווארן בהוראת הקודש פון כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א, אז אלע בחורי הישיבות וואס לערנען אין די ישיבות אין די דרום און צפון שטעט פון ארץ ישראל, זאלן זיך אריבערציען קיין ירושלים עד יעבור זעם.


אין א מודעה וואס איז איבערגעגעבן געווארן דורך הרב יצחק מאיר טאמאן שליט"א מזכיר בית כ''ק האדמו"ר מגור שליט''א, זענען איינגעמאלדן געווארן אלע בחורים פון די שטעט אשדוד, קרית גת און חצור, אז אין ליכט פון די אנגעצויגענע מלחמה צושטאנד, זאלן די בחורים זאפארט פארלאזן די שטעט און אריבערקומען קיין ירושלים, ווי די סדרי הישיבה וועלן ווייטער אנגיין ווי געהעריג אין ביהמ"ד הגדול גור אין ירושלים.


מטעם די הנהלת הישיבות איז געמאלדן געווארן אז די בחורים וועלן איינקווארטירט ווערן אין די בניני המוסדות אין ירושלים וואו עס וועט צוגעשטעלט ווערן אלע גשמיות'דיגע געברויכן פאר די בחורים, ווי מאלצייטן צום עסן, דארמעטארי'ס צו שלאפן און אזוי ווייטער אויפן בעסטן און שענסטן פארנעם, כדי די בחורים זאלן קענען זיצן און לערנען מיט הרחבת הדעת טראץ די אנגעצויגענע צייטן ווען מחוץ תשכל חרב.

ความคิดเห็น


bottom of page