top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

בטוב צדיקים תעלץ קריה • אלפי חסידי גור מיטגעהאלטן שמחת נישואין פון אייניקל ביי מורם ורבם האד' מגור

דינסטאג פ' כי תצא - ה' אלול תשפ"ג | בחצרות הקודש


ווידעראמאל האט זיך אפגעשפילט דעם מחזה הוד והדר בקרתא דשופריא ווען איבער צען טויזנט חסידי גור פון איבער גאנץ ארץ ישראל האבן זיך נעכטן מיטגעפרייט ביי די חתונה הגדולה פון אן אייניקל ביי מורם ורבם כ''ק אדמו"ר מגור שליט''א וואס איז פארגעקומען אין גרויסן גערער ביהמ''ד אין ירושלים.

די שמחה האט זיך אנגעהויבן שוין צוויי אזייגער נאכמיטאג מיטן קינדער טיש וואס איז איינגעפירט אין גער, מהאט געזינגען ניגוני התעוררות אין דערנאך האט איינער פון די קינדער געזינגען גראמען, נאך די קינדער טיש איז פארגעקומען די מעמד קריאת התנאים וואו הגה"צ רבי חיים יצחק אייזיק לאנדא גאב"ד בני ברק איז מכובד געווארן מיט קריאת התנאים. די מעמד קבלת פנים איז געוועהן געאייגענט פאר די בחורים, נאך די ניגונים און גראמען האט די רבי פארטיילט לחיים פאר די בחורים און איינער פון די עלטערע בחורים פון קיבוץ האט איבערגעגעבן פארן רבי'ן א קוויטל מיט די נעמען פון אלע עלטערע בחורים וואס ווארטן געהאלפן צו ווערן מיט זיווגים. נאכן קבלת פנים איז דער גאנצער ציבור ארויס צו די חופה ברחובה של עיר, די סדר הכיבודים איז געווען ווי פאלגענד: מיט סידור קידושין איז מכובד געווארן די זיידע כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א, קריאת הכתובה די געוועזענער רב הראשי הגאון רבי ישראל מאיר לאו, די ברכות זענען צוטיילט געווארן צווישן כ''ק האדמו''ר ממודזיץ שליט''א, הגאון הגדול רבי יצחק זילברשטיין רב שכונת רמת אלחנן, די זיידע הגאון רבי נחום רוטשטיין ראש ישיבת נזר התורה אין די איבעריגע זיידע'ס, ברכה אחריתה כ''ק האדמו''ר מבאיאן שליט''א, נאכן חופה האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א מחול לצדיקים, נאכגעפלאגט מיטן שולחן לחיים בביתו נאווה קודש פונעם זיידן די גערער רבי שליט''א בהשתתפות פון די חשובע אדמור''ים ורבנים. דאן האבן די געסט פון אויסער די שטאט געהאט די זכיה אדורכצוגיין אל מול פני הקודש וואונטשן מזל טוב. נאך א קארצע הפסקה איז די רבי ערשינען צו די סעודת החתונה במקהלות אלופי אלפי החסידים. בכבוד הראוי האט די רבי אויפגענימען די חשובע אדמורי''ם אין גדולי תורה צווישן זיי מרן פוסק הדור כ''ק ראב''ד ירושלים שליט''א, הגאון הגדול רבי מאיר צבי בערגמאן ראש ישיבת הרשב''י, אין האדמורי"ם מדושינסקיא, סאדיגורא, ראדושיץ און לייפניק, הגאון ר' מיכל זילבר ראש ישיבת זוועהיל, הרה"צ ר' יעקב יוסף האגער בן כ"ק אדמו"ר מוויז'ניץ מאנסי, די ספרד'ישע רב פון בני ברק הגאון ר' מסעוד בן שמעון, הגאון ר' נפתלי נוסבוים ראש ישיבת חיי משה, הגאון ר' בנימין רימער מראשי ישיבת טשעבין, דער פוסק הגאון רבי עמרם פריד, הגאון ר' יוסף צאלער ראש ישיבת סאדיגורא און נאך. בשעת די סעותד החתונההאט די רבי פארטיילט לחיים פאר אלע דיינים און יושבים על מדין דחסידי גור, און דאן האט דער גבאי הרב איטשע מאיר טאומאן אויסגערופן דרשה געשאנק די טויזנטער בלעטער גמרא מזומנים וואס זענען געלערנט געווארן אין אלע שטיבלעך ישיבות מתיבתות און חדרים דחסידי גור איבער די וועלט. מהאט פארענדיגט די חתונה אום 12:00 די רבי האט געוואונטשן מזל טוב לכל העם הנאספים און אריין אין א זייטיגער שטוב צום מצווה טאנץ אויף א פריוואטער פארנעם בלויז מיט די בני המשפחה אין דער צייט וואס דער חסידים האבן ממשיך געוועהן די ריקודים אין גרויסן ביהמ''ד.



Comments


bottom of page