top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

גרינדונג פון הערליכער "איגוד הסופרים צענטער" אין קרית יואל אויפן איניצאטיוו פון האד' מסאטמאר

זונטאג פ' עקב - י"ב אב תשפ"ג | קול בחצרות


מיט פרייד נעמען אויף תושבי קרית יואל די פריידיגע בשורה איבער די עפענונג פון א נייער גרויסער און הערליכער "איגוד הסופרים צענטער" אינערהאלב דעם וועד הסת"ם שע"י בית הוראה קרית יואל וואס אנטשפרעכט א פרישע דורכברוך אין די ברייטע אויפוואכונג וואס הערשט אין געביט פון סת"ם.


אויפן איניצאטיוו פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א וועלעכע האט אין די לעצטע יאהר צייט אויפגעהויבן א קול מעורר, באגלייט מיט פעולות נמרצות הלכה למעשה, צו שאפן א לעזונג צו די שרעקליכע מכשולות פון פסול'ע מזוזות, האט זיך דערביי געפענט דער איגוד הסופרים וועלעכע האט געשאפן א קאאליציע פון צענדליגער סופרים מומחים ויראי ה' פון קרית יואל, און דינט אלס 'שדכן' צווישן דעם סופר מיט'ן קונה, זייענדיג כסדר אין קאנטאקט מיט די סופרים, און צייגן אן פאר די קונים די סופרים וועלכע זענען עוועליבעל, דאס האט געברענגט די ברייטע מעגליכקייט ביים ציבור צו באשטעלן ביי א היימישן סופר דירעקט, אויף א לייכטן און פראקטישן צוגאנג, און עס האט זיך באשיינפערליך באוויזן דער תיקון עצום וואס שאפט זיך דורך אזא געדאנק.


א צייט צוריק איז געלונגען צו טרעפן א פאסיגער לאקאל אין הארץ פון שטאט, אויף די ליזענסק גאס, וואס איז געווארן הערליך אויסגערישט מיט פראכט און באקוועמליכקייט, מעביליזירט מיט די פראקטישע בימה וואס פארנעמט דעם צענטער-טייל פונעם סופרים צענטער, וואו עס וועט אויסגעלייגט ווערן די כתבים פון די סופרי קרית יואל וועלכע זענען אונטערן פיקוח פונעם ועד הסת"ם, און וועט ווען אימער זיין א מעגליכקייט צו זען און סעלעקטירן דעם אויסוואל כיד ה' הטובה, לויט די ספעציפישע געברויך און לויט די צייט אפשניט .


די עפענונג פונעם צענטער איז באשטימט געווארן אויפ'ן פרייליכן יו"ט "חמשה עשר באב" קומענדיגן דאנערשטאג עקב, בשעטו"מ. באזונדער איז ערוווארטעט א ספעציעלער מעמד "קביעת מזוזה" בראשות כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, וואס וועט פארקומען אין די נאנטע וואכן.

Commentaires


bottom of page