דאנערשטאג פ' עקב -ט"ז אב תשפ"ג | קול בחצרות
כ"ק האדמו''ר מתולדות צבי ד'ספינקא שליט"א איז נעכטן ארויסגעפארן אויף א קורצע באזוך קיין קאנאדא לרגל א משפחה שמחה, די חתונה פון די כלה א טאכטער פונעם פלומעניק הרה''ג רבי נחמן כהנא בן האדמו''ר מספינקא מאנטריאל אין אן איידעם ביים רבינ'ס שוואגער הרה''צ רבי מרדכי לאווי זצ''ל מטאהש.
פארנאכטס האט זיך די רבי שליט"א זיך באטייליגט ביים חופה און קרית טאהש ווי די רבי איז מכובד געווארן מיט ברכה אחריתה.
דערנאך איז די רבי ארויסגעפארן קיין מאנטריאל ווי עס איז קודם פארגעקומען א קביעת מזוזה ביי איינער פון די חסידים, דערנאך איז די רבי אריבער אויף א באזוך ביי הגה"צ רבי אשר גרינפעלד אב"ד וויזניץ מאנטריאל, פון דארט איז די רבי שליט"א צוגעפארן צום שטוב פון הנגיד ר' שמואל פישמאן הי"ו פון די בונים ומקימים פונעם בנין הכנסת אורחים און שטאט מאגלאניץ ווי די רבי האט אריינגעשריבן אן אות און די ס"ת וואס וועט אריינגעגעבן ווערן דעם קומענדיגן וואך.
דערנאך איז די רבי אריבער צום אכסניא און שטוב פון ר' שלמה יעקב שפיצער, וואו די רבי האט געדאווענט מעריב אין דערנאך אפגעראכטן א מסיבת לחיים מיט קהל חסידיו ומעריציו תושבי מאנטריאל, עס האבן זיך אויך משתתף געוועהן הגה''צ רבי אשר גרינפעלד אב''ד וויז'ניץ מאנטריאל און הגה"צ רבי יוחנן וואזנער ראב''ד סקווירא. דערנאך איז געוועהן זמני כניסה וואו די רבי האט אויפגענימען דעם ציבור מיט קוויטלעך.
שפעטער באנאכט האט זיך די רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין קרית טאהש צו די שמחת החתונה, במשך די סעודת החתונה האט די רבי אסאך פארברעגנט מיט מחותנו דער געדאפעלטער פעטער כ''ק האדמו''ר מטאהש שליט''א אין נאכן בענטשן איז די רבי געטאנצן מצוה טאנץ לפני הכלה.
כחצות הלילה איז די ארויף צום ציון הק' פון רבו הרה''ק מטאהש זי"ע און מעורר רחמים געווען לישועת הכלל והפרט.
נאכן עלייה לציון האט זיך די רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג צוריק לביתו נאווה קודש און קרית יואל.
Comments